User login |
די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ, און עס ווערט פֿאַרנעפּלט און פֿאַרטונקלט די שאַרפֿקייט פֿון אונדזער זכּרון, דאָס געדענקען די טרויעריקע געשעענישן און איבערלעבונגען פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿון 70 יאָר צוריק... דערפֿאַר טאַקע זענען פֿאַר אונדז — די נאָך לעבן־געבליבענע פֿון יענע טראַגישע יאָרן — וויכטיק זיך צו טרעפֿן מיט אונדזערע קינדער און אייניקלעך, און זיי איבערגעבן דעם לעצטן אָנזאָג פֿון די אומגעבראַכטע קרבנות פֿון חורבן: זכרו — פֿאַרגעסט ניט וואָס די דײַטשע מערדער און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער האָבן געטאָן צו אונדזערע משפּחות, צו אונדזערע היימען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. געדענקט זייער הייליקן אָנדענק! אין דער רשימה פֿון די חרובֿע שטעט און שטעטלעך געפֿינט זיך מײַן אייגנאַרטיק היימשטעטל זשעטל, וואָס געהערט איצט צו ווײַסרוסלאַנד, בשכנות מיט די געוועזענע גרעסערע באַוווּסטע ייִדישע קהילות, ווי נאָוואָגרודעק, ווילנע, לידע, סלאָנים און באַראַנאָוויטש. דורות־לאַנג האָט אין זשעטל עקזיסטירט אַ שטאַרק אַקטיווע נעץ פֿון געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, שולן, חבֿרות און פּאַרטייען, וואָס זענען געווען אַ שם־דבֿר אין אַמאָליקן צאַרישן רוסלאַנד און שפּעטער אין דער באַפֿרײַטער פּוילישער רעפּובליק. אין דעם דאָזיקן קליינעם שטעטל זענען געבוירן געוואָרן באַקאַנטע שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן, רבנים, ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וועלכע זענען געווען באַרימט איבער דער גאָרער ייִדישער וועלט.
די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט זענען די סאַטמאַרער חסידים. היסטאָריש גערעדט, שטאַמט די דאָזיקע חסידישע טראַדיציע נישט פֿון סאַטמאַר, נאָר פֿון גאַליציע. רבי משה טייטלבוים, דער מחבר פֿונעם ספֿר "ישׂמח משה", איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער, און געדינט, צו ערשט, ווי אַ רבֿ אין פּזשעמישל, פּוילן. שפּעטער, האָט דער "ישׂמח משה" זיך באַזעצט אין אוהעל, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון אונגאַרן, נישט ווײַט פֿון סלאָוואַקײַ. דעם "ישׂמח משהס" קינדער און אייניקלעך האָבן פֿאַרשפּרייט אַן אייגענע שיטה פֿון חסידות מיט אַן אונגאַרישן טעם ווײַטער אַרום דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. די סאַטמאַרער חסידים זענען הײַנט באַרימט געוואָרן מיט אַזאַ נאָמען צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבין יואל טייטלבוים, וועלכער איז געווען אַ רבי אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן אַ ריזיקע באַוועגונג נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע. זײַן טאַטע און זיידע זענען אָבער געווען רביים אין אַן אַנדער טראַנסילוואַניש שטעטל, סיגעט. מיט די "תּולדות־אַהרנער" איז די מעשׂה פֿאַרקערט. אַהרן ראָט — באַקאַנט ווי רב אַרעלע — איז געבוירן געוואָרן אינעם קאַרפּאַטישן שטעטל אונגוואַר, אין 1894. זײַן משפּחה איז נישט געווען קיין חסידישע. ווי אַ יונגערמאַן, האָט רב אַרעלע זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות, און געלערנט מיטן בעלזער רבין, רבי ישׂשׂכר־דובֿ רוקח, און מיטן בלאָזשעווער רבין, צבֿי־אלימלך שפּיראָ. דער בלאָזשעווער רבי, אַ באַקאַנטער מקובל, האָט געגעבן דעם יונגערמאַן אַן אייגענע באַוועגונג.
פֿאַראַכטאָגן האָב איך געזען אַ פּיעסע, "דהי וויפּינג בוי" (דאָס שמײַס־ייִנגל) פֿון מעטיו לאָפּעז. די פֿאָרשטעלונג איז געווען באַזירט אויפֿן באַגריף, אַז אַ טייל שקלאַפֿן אין דעם אַמעריקאַנער דרום זײַנען געווען אונטערן רשות פֿון ייִדן — און טייל מאָל, פֿון פֿרומע ייִדן. פֿאַראַן אַפֿילו פֿאַלן, ווען די שקלאַפֿן האָבן זיך אַליין געהאַלטן פֿאַר ייִדן, כאָטש צי זיי זײַנען טאַקע געווען ייִדן, על־פּי דין, איז שווער צו וויסן. ווי עס זאָל ניט זײַן, אַפֿילו אויב סוזשעט איז געווען אַן אינטערעסאַנטער, איז די אַלגעמיינע באַהאַנדלונג פֿונעם ענין ייִדישקייט געווען אומגעלומפּערט. באַזונדערס זײַנען מיר געגאַנגען אויף די נערוון די אַנאַכראָניזמען. כ׳מיין, געוויסע אויסדרוקן, וואָס זײַנען לינגוויסטיש נישט פּאַסיק פֿאַר יענער תּקופֿה.
דער נײַער פֿילם, Inside Hana’s Suitcase, "אין חנהס וואַליזקע" איז נישט קיין דראַמע, נאָר אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, וואָס האָט אויך דראַמאַטיזירטע סצענעס. אָבער דער עצם פֿונעם פֿילם איז צו ווײַזן, ווי אַזוי מען קען דערציִען קינדער וועגן דעם חורבן. ווי אינעם פֿילם Sarah’s Key, איז דער פֿילם אויך אַ מעשׂה וועגן אַ ברודער און שוועסטער. אָבער אין דעם פֿאַל איז דער ברודער, דזשאָרדזש בריידי, געבליבן לעבן און זײַן שוועסטער חנה איז אומגעקומען. מען זעט אינעם פֿילם ווי דזשאָרדזש, שוין אַן אַכציק־יאָריקער ייִד פֿון דער שארית-הפּליטה, ראַנגלט זיך מיטן געפֿיל פֿון שולד, צוליב דעם וואָס ער האָט נישט געקענט ראַטעווען זײַן קליין שוועסטערל.
בײַ די פּראָטעסטאַנטן איז די מעשׂה אַנדערש. אין פּרינציפּ, גלייבן זיי, אַז יעדער קריסט קאָן טעאָרעטיש אויספֿירן אַלע פֿונקציעס פֿון אַ גלח. למעשׂה, זענען ס׳רובֿ פּראָטעסטאַנטישע גרופּעס גענוג שטרענג אָרגאַניזירט, און בלויז אַ מענטש, וועלכער האָט פֿאַרענדיקט אַ ספּעציעלן בילדונג־אַנשטאַלט, קאָן זאָגן, געוויינטלעך, אַז ער איז אַ פּאַסטאָר אָדער אַ פּרעסוויטער. להיפּוך, באַטראַכט די טראַדיציאָנעלע ייִדישקייט דאָס רבנות פּרינציפּיעל אַנדערש און דערמאָנט, אין אַ סך אַספּעקטן, דעם מוסולמענישן מאָדעל פֿון גײַסטיקער פֿירערשאַפֿט. אַן אימאַם בײַ די סוניטן איז אַ קענער פֿון איסלאַם, וועלכער פֿירט אָן מיט אַ רעליגיעזער קהילה און ענטפֿערט אויף די שאלות. בײַ די שיִיִטן ווערט דער דאָזיקער טערמין באַנוצט בלויז לגבי אַ קליינער צאָל פֿון צוועלף אָדער זיבן יחידים פֿון אַמאָל, וועלכע ווערן באַטראַכט ווי גרויסע צדיקים, מיט וועלכע קיין הײַנטיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאַרגלײַכן. די דאָזיקע אמונה איז אויסערגעוויינטלעך ענלעך צו געוויסע דאָקטרינעס פֿון די ליובאַוויטשער חסידים; דאָס איז אָבער אַ טעמע פֿאַר אַ באַזונדערן אַרטיקל.
מיללער האָט געמאַכט אַ פֿאָרשלאַג, אַז מען זאָל די נײַע צײַטונג רופֿן "פֿאָרווערטס". איך האָב געגלויבט, אַז מען דאַרף אַן עכט־ייִדישן נאָמען. אָבער אַ געראָטענעם ייִדישן נאָמען פֿאַר אַ צײַטונג איז ניט גרינג צו געפֿינען, און "פֿאָרווערטס" הייסט דער הויפּט אָרגאַן פֿון דער גרויסער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי פֿון דײַטשלאַנד. איז מיללערס פֿאָרשלאַג אָנגענומען געוואָרן איינשטימיק. פֿון בוך זכרונות "בלעטער פֿון מײַן לעבן" פֿון אַב. קאָהאַן
אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ לעבנס־שטאַנדהאַפֿטיקייט קאָן זײַן דער נאָמען "פֿאָרווערטס". צום ערשטן מאָל האָט ער אָנגעהויבן צו קלינגען ווי אַ נאָמען פֿון אַ דײַטשישער פּובליקאַציע "Vorwärts", וועלכע איז דערשינען אין פּאַריז אין 1844. די צײַטונג פֿלעגט אַרויסגיין צוויי מאָל אין דער וואָך און האָט עקזיסטירט בלויז איין יאָר. און דאָך האָט זי איבערגעלאָזט אין דער געשיכטע אַ ממשותדיקן שפּור, ווי דער ערשטער אידעאָלאָגישער צענטער פֿונעם אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם און קאָמוניזם, וואָס האָבן דעמאָלט אָנגעהויבן צעשפּרייטן די פֿליגלען. צווישן די מחברים זײַנען געווען אַזעלכע גרויסע רעוואָלוציאָנערן און דענקער ווי קאַרל מאַרקס, פֿרידריך ענגעלס, מיכאַיִל באַקונין און אַנדערע. עס זײַנען דורכגעגאַנגען 32 יאָר, און אין 1876, אונטער דעם זעלבן נאָמען הייבט אָן דערשײַנען די צײַטונג פֿון די דײַטשישע סאָציאַל־דעמאָקראַטן. דער וואָכנבלאַט "Vorwärts" גייט אַרויס אין לײַפּציג און ווערט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ דײַטשלאַנד, ווי אויך אין עסטרײַך, שווייץ און פּוילן. ער ווערט איינע פֿון די פּאָפּולערסטע לינקע אויסגאַבעס אין אייראָפּע און פֿאַרשפּרייט אַקטיוו די סאָציאַליסטישע און סאָציאַל־דעמאָקראַטישע אידעען, וואָס ווערן גיך אַריבערגעבראַכט אין אַמעריקע.
(פֿון "פֿאָרווערטס", אַפּריל 17, 1912) די "טיטאַניק", דער טיטאַן פֿון די דאַמפֿערס, די גרעסטע, בעסטע, טײַערסטע דאַמפֿשיף אין דער וועלט, דער לוויתן פֿון די ימים, האָט געמאַכט איר ערשטע רײַזע, איר "בתולה־רײַזע", איר "מײַדן־טריפּ" איבערן אַטלאַנטישן אָקעאַן און איז געזונקען אין דער טיפֿעניש.
(פֿון אונדזער אַרכיוו) איר זענט נישט סענטימענטאַל? וויפֿל אָרט פֿאַרנעמט אין אײַך יצחק־לייבוש פּרץ? גייט, ביטע, אין תּל־אָבֿיבֿ אויף סוף אַלנבי־גאַס. איר אָנהייב איז בײַם ים־ברעג, און בײַ איר סוף הייבט זיך אָן די גאַס עליה. און אָט: ראָג אַלנבי־עליה איז אַ גאַס, לינקס, און אַ שילדל אויפֿן ראָג מויער: י. ל. פּרץ (אויך אויף ענגליש און אַראַביש). שטיי אַ ווײַלע: דיקע וואָנצעס איבערן מויל, אַ פּנים וואָס איז עקזאַלטירט, רויט, שיִער־נישט אַפּאָפּלעקסיש; אויגן — האַלב־אַרויסגעשטאַרצטע; אַריסטאָקראַט? האַלבער אַדוואָקאַט? גמינע־באַאַמטער אין מתים־אָפּטייל? ר׳ למה פֿון "די גאָלדענע קייט"; יוחנן וואַסערטרעגער, דער מקובל? טיפֿע פֿאָלקסטימלעכקייט, חסידישע דערהויבנקייט, אוניווערסאַלער וועלטשמערץ? טראַגישער קינסטלער, פֿאַמיליען־פּערזענלעכע ווייטיקן; ברייטע האַנט פֿון אַ געבער, איבערמענטש, נאַציאָנאַל־מאָנומענטאַלע פֿיגור; בײַנאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק, אין פּאָליש אויף דער קייט, דער טרעגער פֿון שלום־בית.
אַ צאָל פֿאַקטאָרן און געשעענישן האָבן געשטופּט דעם "פֿאָרווערטס" אין דער דאָזיקער ריכטונג — פֿון אַנטי-נאַציאָנאַליזם צו אַ "שטילן" נאַציאָנאַליזם. איך וועל דאָ דערמאָנען נאָר איין סיבה, דהײַנו: די צעשפּאַלטונג אין 1921, ווען מער אינטערנאַציאָנאַליסטיש־געשטימטע סאָציאַליסטן זײַנען אַוועק צו די קאָמוניסטן. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז דער עולם, וואָס איז פֿאַרבליבן מיטן "פֿאָרווערטס", איז באַשטאַנען פֿון גאָלע נאַציאָנאַליסטן. אָבער די לאָגיק אַליין פֿון בויען אַ מין וואַנט צווישן זיך און די קאָמוניסטן האָט געפֿאָדערט צו באַטאָנען און פֿאַרשטאַרקן די אונטערשיידן מיט זיי. דאָס הייסט, אַז טאָמער בײַ זיי איז עפּעס געווען שוואַרץ, איז אויף דער זײַט געוואָרן ווײַס. די אַלגעמיינע נטיה צו שאַפֿן אַ ווידעראַנאַנד איז תּמיד געווען זייער אָנזעעוודיק. די אידעאָלאָגישע שינויים אין די פֿריִע 1920ער יאָרן קען מען באַמערקן אויך אין דעם אונטערקלײַב פֿון נײַע זשורנאַליסטן. אַזוי האָט זיך אין יאָר 1924 צווישן די שטענדיקע מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" באַוויזן חיים ליבערמאַן (1890—1963),
(פֿון "פֿאָרווערטס", דעצעמבער 24, 1978) דער ביז איצט נישט אָפּגעשאַצטער פֿאַרדינסט פֿון יצחק באַשעוויס איז דער וואָס שוין אין די אָנהייב 1930ער יאָרן, מיטן דערשײַנען פֿון זײַן "דער שׂטן אין גאָרײַ", האָט ער צעבראָכן די אָפּגערעדטע פֿאָרמעס און טאַבוס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. נאַטירלעך האָט אין דער קלאַסישער ייִדישער פּראָזע אויך ביז באַשעוויסן געשפּילט די קאָמפּאָזיציע פֿון נאַטור און מענטש, גענוי אַזוי ווי אין אַלע ליטעראַטורן. אָבער בנוגע דעם מענטש, ביז וועלכער גרענעץ צו שילדערן אים אין זײַנע לײַדנשאַפֿטן און שטאַרקע באַגערן, האָבן געהערשט צוימען און אָפּגערעדטע פֿאָרמעס. אַזוי איז אויך ווי פֿאַרמענטשלעכט געוואָרן די נאַטור אין זיסלעכקייט.
(אַן איבערבליק פֿון דער פֿרויען־זײַט צווישן 1919 און 1979) במשך פֿון די ערשטע פֿופֿציק יאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס", איז דער ציל פֿונעם רעדאַקטאָר, אַב קאַהאַן, געווען זייער קלאָר: נישט בלויז איבערגעבן די נײַעס צו די ייִדישע אימיגראַנטן אויף אַ שפּראַך וואָס זיי האָבן געקענט, אָבער אויך העלפֿן זיי אַרײַנצופּאַסן זיך אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט; בפֿרט — צו ווערן אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער אַלגעמיינער אַרבעטער־באַוועגונג. |
Search |
































קהילה־לעבן