ייִדיש־וועלט, זכרונות

אונדזערע היימען און אונדזערע ליבע משפּחות זענען אַוועק מיט פֿײַער און רויך. די יאָרן לויפֿן פֿאַרבײַ און אונדזער זכּרון ווערט מיט דער צײַט עטוואָס פֿאַרטונקלט. די שאַרפֿקייט פֿון געדענקען געשעענישן און מענטשלעכע פּנימער, ווערט אַלץ בלאַסער און בלאַסער...

עס זענען אָבער פֿאַראַן געוויסע פּעריאָדן און געשטאַלטן, וועלכע זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער זכּרון, וואָס זענען אומפֿאַרגעסלעך; און וואָס מיר טראָגן אין זיך און מיט זיך, ביז די לעצטע טעג פֿון אונדזער לעבנס־גאַנג.

זכרונות, חורבן
פֿון אַהרן כאַצקעוויטש (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די מומע קאַטיע (רעכטס) מיט אירע צוויי חבֿרטעס אין געפֿענקעניש

מיט 70 יאָר צוריק איז נאַצי־דײַטשלאַנד אָנגעפֿאַלן אויפֿן געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. יעדע משפּחה האָט זיך געהאַט אין דער שרעקלעכער מלחמה אירע אייגענע קרבנות, וואָס איצט איז די פּאַסיקע צײַט זיי צו דערמאָנען. בײַ מיר זײַנען אומגעקומען 18 קרובֿים, און אפֿשר נאָך מער. אונדזערע חכמים זאָגן, אַז "יעדער מענטש איז אַ וועלט, און ווער עס הרגעט איין מענטש, ברענגט אום די גאַנצע וועלט". אייניקע פֿון מײַנע אומגעקומענע קרובֿים קען איך אָנרופֿן נאָר לויט זייערע נעמען; וועגן די אַנדערע — קען איך דאָס אויך נישט טאָן. אָט, למשל, האָב איך געהערט פֿון מײַן פֿרוי דעם נאָמען ראָמע — געלעבט האָט אַזאַ ייִנגעלע אין אָדעס. ווי ס'האָבן דערציילט די שכנים, האָט ראָמע זיך בעת אַן אָבלאַווע באַהאַלטן אין הויף הינטער די מיסט־קאַסטנס. האָט איינע אַ פֿרוי אים דערזען און מיט די ווערטער "אַזוינס וועט נישט זײַן!" — אים פֿון דאָרט אַרויסגעשלעפּט און איבערגעגעבן אין די הענט פֿון די דײַטשן. לאָמיך כאָטש דערמאָנען די נעמען פֿון די אומגעקומענע באַקאַנטע קינדער: ראָמע, טאָניע, לעסיע... — זאָלן זיי נאָך אַ מאָל אַ קלינג טאָן צווישן די לעבעדיקע...

זכרונות, חורבן
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס’איז געווען זונטיק, נאָר אויפֿגעשטאַנען בין איך אַ סך פֿריִער ווי אין אַ וואָכעדיקן טאָג. צו צוויי אַ זייגער האָב איך באַדאַרפֿט זײַן אין אינסטיטוט, וווּ עס איז מיר פֿאָרגעשטאַנען אָפּגעבן אַ מינדלעכן עקזאַמען. קיין שום תּירוצים וועלן פֿאַרן פּראָפֿעסאָר, וואָס אונטערריכט שולֿ־היגיענע, ניט אָנגיין. ער דאַרף, מען זאָל אים ענטפֿערן פּינקטלעך, ווי עס שטייט אין לערנביכל, וואָס ער איז דער מחבר דערפֿון. זיץ איך און קנעל שוין פֿון פֿינף פֿאַר טאָג. ס’איז נאָר אַ פֿראַגע, צי וועל איך מײַנע אויף גיך באַקומענע קענטענישן דערטראָגן פֿונעם הינטערמאָסקווער ייִשוב ביזן אינסטיטוט. פֿאַר דער צײַט קאָן זיך נאָך אַלץ פֿון קאָפּ אויסטרייסלען.

זכרונות, חורבן
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

געווען איז עס אין ווילנע, לאַנגע יאָרן צוריק. אייניקע פֿון אונדז, שילער פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון געטאָ און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אָדער אין אָנהייב מלחמה באַוויזן צו אַנטלויפֿן פֿון דעם אָנגרײַפֿנדיקן נאַצישן שׂונא טיפֿער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און קעמפֿן קעגן די דײַטשן אויפֿן פֿראָנט און אין די פּאַרטיזאַנער־אָטריאַדן, האָבן זיך אומגעקערט אין אונדזער היימשטאָט. יאָרן־לאַנג האָבן מיר געזוכט די שפּורן פֿון נאָענטע, חבֿרים, פֿרײַנד און לערער. ווען עמעץ פֿון די געפֿונענע פֿלעגט קומען צו פֿאָרן קיין ווילנע, פֿלעגט עס פֿאַר אונדז זײַן אַ יום־טובֿ.

זכרונות, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

רעדנדיק וועגן ביכער. בײַ אונדז אין שטוב זײַנען אַלע מאָל געווען ביכער. אין רוסלאַנד צווישן די אַרעסטן און באַפֿרײַונג פֿלעגט מײַן טאַטע פֿאָרלייענען שלום־עליכמען פֿאַר זײַנע פֿרײַנד; און דאָס בײַ אונדז, אין אַן איין־צימערדיקער דירה. פֿאַרשטייט זיך, אַז איך בין נאָך געווען אַ קינד, האָב איך כּמעט גאָרנישט פֿאַרשטאַנען, אַ חוץ איין וואָרט "שוין." איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ווען מען זאָגט שוין, איז מען געקומען צו אַ סוף. אָבער ניין. ווי נאָר ער האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ "שוין," האָט ער איבערגעבלעטערט דאָס זײַטל און ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט דער מעשׂה. דאָס האָב איך שוין נישט פֿאַרשטאַנען. ווי קומט עס וואָס נאָך אַ "שוין" הייבט זיך אָן אַ נײַע מעשׂה?

זכרונות, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמעון סאַנדלער (רעכטס), משה לעמסטער (לינקס)

אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער.

פּובליציסטיק, זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען מ'צערעדט זיך אַמאָל און איך דערמאָן עמעצן, אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן "פֿאָרווערטס", קריג איך אָפֿט מאָל אַזעלכע רעאַקציעס:

"איך גלייב עס נישט. דער ׳פֿאָרווערטס׳ גייט נאָך אַרויס?!", אָדער:

"איך געדענק ווען מײַנע עלטערן פֿלעגן לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס׳ יעדן טאָג. אָבער איך קען נישט לייענען קיין ייִדישן אות און מײַן ייִדיש איז צעבראָכן. איך ברעך זיך די ציין איבער יעדן וואָרט."

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

(פֿערטער קאַפּיטל)

ביז אַהער איז דאָס לעבן פֿון די נײַע אימיגראַנטן, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע געפֿלאָסן געמיטלעך. די שארית־הפּליטה האָבן זיך אויסגעשפּאַנט פֿון יענע טרויעריקע טעג און זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דעם אַמעריקאַנעם לעבן מיט אַלע אבֿרים. עס האָט אויסגעזען אַז נאָכן חורבן וועט די וועלט אויפֿהערן האַלטן מלחמות, און דאָ האָט זיך אונטערגערוקט קאָרעע, און די מאַמעס האָבן גענומען זאָרגן וועגן זייערע זין וואָס וועלן גענומען ווערן אין מיליטער. דערווײַל פֿאַרזאַמלען זיך די ווײַבער אין דערבײַיִקן פּאַרקל אין דער בראָנקס און האַלטן גאַנצע וויכּוחים וועגן שפּינאָזען. דעם שמועס האָט אַרײַנגעברענגט טאָליע.

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(דריטער אַרטיקל)

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

דער פֿעטער ידידיה לייענט "די פֿרײַהייט" בעת זײַן ווײַב דאָקוטשעט אים:

"הערסט ידידיה, איך האָב געזען אין גאַס אַ ׳סעקטשועל קאַנווויטיבל׳־סאָפֿע, די לעצטע מאָדע. נאָך דעם ווי די גרינהאָרנס וועלן אַרויס פֿון דאַנען וועלן מיר מוזן בײַטן דאָס מעבל. ווער ווייסט, וואָס פֿאַר אַ כאָליעריעס זיי האָבן מיט זיך מיטגעשלעפּט פֿון יענער זײַט ים." דער פֿעטער רעגט זיך אויף:

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

די ערשטע טריט אין אַמעריקע נאָכן חורבן. פֿעטער ידידיה נעמט אָפּ פֿון דער באַן זײַן פּלימעניק, חיים, מיט זײַן פֿרוי טאָליע און זייער מיידעלע מירעלע און ברענגט זיי אַהיים אין דער בראָנקס. און איצט לייענט ווײַטער.

"אַז דו וועסט צו זיך קומען חיים," פֿאַרזיכערט אים דער פֿעטער, "וועל איך דיר דערציילן וועגן אַמעריקע. דאָ גיט מען אַ קוועטש אַ קנעפּל, פֿליט אַרויס אַ 'סענדוויטש.’ און אַז מ'וויל אַרויף אויפֿן צענטן שטאָק, גיט מען אויך אַ קוועטש אַ קנעפּל און מ'שפּאַרט אָן אין די וואָלקנס."

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿיר־שטאָקיקע געבײַדע אויף איסטבוירן־עוועניו אין דער בראָנקס שטייט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג. זי האָט געהערט מײַן טאַטנס פֿעטער ידידיהן, וועלכער איז געווען אַ מאַליאָזש, ס׳הייסט אַ הויז־מאַלער. אַ לינקער, און גערעדט כּסדר וועגן אַרבעטער־קלאַס און סאָציאַליזם. זײַן ווײַב מינדל, מיט די קאָסאָקע אייגעלעך, האָט זיך נישט אויפֿגעהערט צו היצן, נישט געוווּסט ווי אונדז אויפֿצונעמען ווען מיר זײַנען אָנגעקומען קיין אַמעריקע.

ייִדיש־וועלט, זכרונות
נימין זוסקין (רעכטס) און שלמה מיכאָעלס אין דער פֿאָרשטעלונג

נינאַ מיכאָעלס, לעוו בערגעלסאָן און אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן דערציילן וועגן זיך און זייערע טאַטעס

פּונקט ווי יעדעס יאָר דערמאָנען מיר אין דער צײַט, מיט טרויער די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 12טן אויגוסט 1952.

וואָס איז געווען זייער שולד, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן פֿאַר וויכטיק אַרויסצוטראָגן זיי דעם שרעקלעכסטן אורטייל — צעשיסן!