User login |
1 קוסע 3 לעפֿל איילבערט־בוימל זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק) 1 גרויסע ציבעלע, צעשניטן 4 טעפּלעך פּאַרעווע יויך 1 לעפֿעלע קאָרי־געווירץ (curry powder) הייצט דעם אויוון ביז 375 גראַד (190 צעלסיוס). שנײַדט די קוסע אין דער לענג און וואַרפֿט אַרויס די קערעלעך. באַשמירט די ראַנדן פֿון ביידע העלפֿטן מיט 1 לעפֿל איילבערט־בוימל און לייגט זיי, מיטן פּנים אַראָפּ, אויף אַ בלעך. בראָט זיי ביז זיי ווערן זייער ווייך, אַרום 1 שעה. לאָזט די קוסע־העלפֿטן זיך אָפּקילן. ניצנדיק אַ לעפֿל, שאָבט אויס דאָס פֿליישיקע פֿון דער פֿרוכט און גיט עס אַרײַן אין אַ שיסל. הייצט די איבעריקע 2 לעפֿל איילבערט־בוימל אין אַ זופּטאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די צעשניטענע ציבעלע און קאָכט זי ביז זי ווערט ווייך, אַרום 6 מינוט. גיט אַרײַן דאָס פֿליישיקע פֿון דער קוסע, מיט דער יויך און קאָרי־געווירץ, און העכערט דאָס פֿײַער ביז דאָס געמיש הייבט אָן צו זידן. פֿאַרקלענערט דאָס פֿײַער, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט עס מליִען 10 מינוט. קילט אָפּ דאָס געמיש 5 מינוט. גיט עס אַרײַן אין אַ שפּײַזמאַשין, מאַכט אַ פּירע, און גיסט עס אַרײַן אין באַזונדערע שיסלען.
1 טעפּל ראַזעווע מעל 1/2 טעפּל האָבער־פֿאַרפֿל (rolled oats) 1/4 טעפּל צעהאַקטע מאַנדלען, וועלשענע ניס אָדער פּעקאַנניס 2 לעפֿעלעך באַקפּודער 1/2 לעפֿעלע צימערינג 2 באַנאַנעס 1 טעפּל אָפּגעשעפּטע מילך אָדער מאַנדלמילך 1 איי 1 לעפֿעלע מאַנדל-סענץ (almond extract) 1 טעפּל געמישטע פֿאַרפֿרויענע יאַגדעס שפּריצבוימל קליאָן־סירופּ (אויב איר ווילט) אין אַ גרויסער שיסל, מישט צונויף די ערשטע פֿינף באַשטאַנדטיילן. אין אַ קלענערער שיסל, צעקוועטשט 1 באַנאַנע מיט דער מילך, איי און מאַנדל־סענץ. גיסט די פֿליסיקע אינגרעדיענטן אַרײַן אין די טרוקענע, און מישט גוט אויס. צעשנײַדט אויף רעפֿטלעך די צווייטע באַנאַנע און מישט זיי אַרײַן אינעם טייג, צוזאַמען מיט די יאַגדעס. באַשפּריצט אַ פּאַטעלניע מיט שפּריצבוימל און הייצט זי אָן איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיסט אַ פֿערטל טעפּל פֿונעם טייג אין דער פּאַטעלניע און קאָכט זי 2—3 מינוט אויף יעדער זײַט, ביז זי ווערט דערפֿון אַ גאָלדן־ברוינע לאַטקע. טוט דאָס זעלבע מיטן איבעריקן טייג. דאָס וועט מסתּמא קלעקן אויף אַכט לאַטקעס. שטעלט צום טיש מיטן קליאָן־סירופּ.
2 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעהאַקט 1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט 2 טעפּלעך צעהאַקטע שוועמלעך 1/2 טעפּל טרוקענער ווײַסער ווײַן 1/4 טעפּל פֿרישער טימיאַן 1 טעפּל צעמאָלענע מאַנדלען 8—12 גרויסע בלעטער נאַפּאַ־קרויט הייצט דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע, און פּרעגלט די ציבעלע און קנאָבל איבער אַ קליינעם פֿײַער, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, בערך 3 מינוט. גיט צו די שוועמלעך און קאָכט ביז זיי ווערן ווייך. גיסט אַרײַן דעם ווײַן און טימיאַן, העכערט דאָס פֿײַער, און קאָכט ביז ס׳רובֿ פֿונעם גיסעכץ ווערט אויסגעוועפּט. מישט אַרײַן די צעמאָלענע מאַנדלען. גיט דאָס געמיש אַרײַן אין אַ שיסל. קאָכט די קרויטבלעטער 3־4 מינוט ביז זיי ווערן אַ ביסל ווייכער. לייגט אַ לעפֿל פֿונעם שוועמל־געמיש אין יעדן בלעטל און וויקלט צונויף.
2 טעפּלעך צוקער 2 לעפֿל כּשרער, זיסער ווײַן 1 לעפֿל האָניק 1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט 4 טעפּלעך אָפּגעשיילטע, צעהאַקטע עפּל 1 שטענגל צימערינג (cinnamon stick) 1/4 טעפּל צעהאַקטע ניס הייצט אָן דעם אויוון אויף 350 גראַד (176 צעלזיוס). לייגט די ניס אין אַ בעקן און שטעלט עס אַרײַן אין אויוון בערך אויף 5—10 מינוט, ביז עס באַקומט זיך פֿון די ניס אַ זיסלעכער ריח און זיי הייבן זיך אָן צוצוברוינען. מישט צונויף דעם צוקער, וואַסער, ווײַן, האָניק, לימענע־זאַפֿט און צימערינג־שטענגל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטל־הויכן פֿײַער, ביז עס הייבט אָן ווערן דערפֿון אַ סירופּ, בערך 10 מינוט. מישט אַרײַן די עפּל און קאָכט איבער אַ מיטעלן פֿײַער, ביז די עפּל ווערן אַ ביסל ווייכער. העכערט דאָס פֿײַער און קאָכט ווײַטער ביז דער סירופּ ווערט געדיכטער. נעמט אַרויס דאָס צימערינג־שטענגל, און מישט אַרײַן די ניס. גיסט עס אַרײַן אין 4—5 סלויען און האַלט זיי אין פֿרידזשידער.
4 ווײַסלעך 1/4 לעפֿעלע ווײַנשטײַן (cream of tartar) 1/4 לעפֿעלע זאַלץ 1/3 טעפּל צוקער 2 געלעכלעך 1 לעפֿעלע שאָקאָלאַד־ליקער 1/4 טעפּל מעל 1/4 טעפּל קאַקאַו הייצט אָן דעם אויוון אויף 325 גראַד (162 צעלזיוס). באַדעקט אַ בעקן מיט וואַקס־פּאַפּיר. אין אַ שיסל, מישט צונויף די ווײַסלעך, ווײַנשטיין און זאַלץ מיט אַן עלעקטרישן שניי־שלאָגער, ביז עס ווערט שוימיק. קלאַפּט, צו־ביסלעך, אַרײַן דעם צוקער, ביז עס ווערט דערפֿון אַ שניי. מישט אַרײַן די געלעכלעך און שאָקאָלאַד־ליקער. אין אַ באַזונדערער שיסל קאָמבינירט די מעל און קאַקאַו, און מישט עס פּאַוואָליע אַרײַן אינעם אייער־געמיש. גיסט די טייג אַרײַן אינעם בעקן און באַקט עס אָפּ 25־30 מינוט.
6 אונץ (170 גראַם) ברייטע אייער־לאָקשן 1/2 טעפּל נישט־געזאַלצענע פּוטער 3 טעפּלעך צעשניטענע ציבעלע 1/4־1 טעפּל סמעטענע 1/4־1 טעפּל צוואָרעך 1 לעפֿל מאָן 4 אייער 1 לעפֿעלע זאַלץ 1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער הייצט אָן דעם אויוון ביז 425 גראַד (220 צעלזיוס). קאָכט די לאָקשן אין אַ טאָפּ געזאַלצן וואַסער 5 מינוט לאַנג. גיסט אָפּ דאָס וואַסער. צעלאָזט די פּוטער אין אַ פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער און פּרעגלט די ציבעלע, מישנדיק פֿון צײַט צו צײַט, ביז זיי ברוינען זיך צו, בערך 20 מינוט. מישט די ציבעלע אויס מיט די לאָקשן, סמעטענע, צוואָרעך און מאָן. צעקלאַפּט די אייער מיטן זאַלץ און פֿעפֿער און מישט עס אויס מיט די לאָקשן. גיסט דאָס געמיש אַרײַן אין די 12 גריבעלעך פֿונעם בלעך און באַקט ביז זיי ווערן גאָלדן ברוין און אָנגעבלאָזן, 20־25 מינוט. קילט די קוגעלעך אָפּ 5 מינוט, איידער איר דערלאַנגט זיי צום טיש.
5 רויטע זיסע פֿעפֿערלעך, צעשניטן 4 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט 1/2־1 לעפֿל איילבערט־בוימל 2 לעפֿעלעך צעשניטענער טימיאַן 3/4 לעפֿעלע זאַלץ 1/2־1 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער 1 פֿונט (454 גראַם) פֿלאַנקען (flank steak) 1/2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל 1/2 טעפּל יויך 2 לעפֿעלעך רויטער ווײַן־עסיק הייצט אָן דעם אויוון ביז 500 גראַד (260 צעלזיוס).
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעהאַקט 4 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 2 טעפּלעך געקאָכטע נאַהיט (אַרבעס), אָפּגעגאָסן 2 לעפֿעלעך פּאַפּריקע 1 לעפֿעלע קעמיניק 4 טעפּלעך צעקוועטשטע פּאָמידאָרן, מיטן זאַפֿט שוואַרצער פֿעפֿער 1 טעפּל צעברעקלטע פֿעטאַ־קעז 8 גרויסע אייער 2 לעפֿל פּעטרישקע, צעהאַקט הייצט אָן דעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס). הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער, און מישט אַרײַן די ציבעלע און קנאָבל, ביז די ציבעלע ווערט ווייך. שיט אַרײַן דעם נאַהיט, פּאַפּריקע און קעמיניק, און קאָכט 2 מינוט.
(turmeric), קען מען הײַנט קויפֿן אין ס׳רובֿ שפּײַזקראָמען. 3 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעשניטן 1 מער, צעהאַקט 2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 1/2 לעפֿל "קאָרי"־פּודער (curry powder) 1 טעפּל גרינע לינדזן 4-1/2 טעפּלעך וואַסער 1 פּושקע נאַהיט (chickpeas) 1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק) הייצט 1 לעפֿל בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די ציבעלע און מער, ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק, בערך 4 מינוט. מישט אַרײַן אַ העלפֿט פֿונעם צעהאַקטן קנאָבל, ביז די גרינסן ווערן ווייך, בערך 3 מינוט. גיט צו דעם "קאָרי"־פּודער. מישט 1 מינוט. גיסט אַרײַן די לינדזן און 4 טעפּלעך וואַסער. ווען עס הייבט אָן זידן, מאַכט אַ קליינעם פֿײַער און לאָזט די זופּ מליִען, ביז די לינדזן ווערן ווייך, אַרום 30 מינוט.
אַוואָקאַדעס זענען געשמאַק און געזונט, אָבער מע דאַרף וויסן ווי זיי אָפּצושיילן. דער גרינגסטער אופֿן: צעשנײַדט עס פֿון אויבן אַראָפּ, און דערנאָך פֿון רעכטס אויף לינקס. נעמט אַרויס דאָס קערל, און דערנאָך וועט איר דאָס שאָלעכץ גרינג קענען אַראָפּנעמען מיט די פֿינגער. דרך־אַגבֿ, די קליינע, שוואַרצע "האַסס"־אַוואָקאַדעס זענען, געוויינטלעך, זאַפֿטיקער און מער באַטעמט ווי די גרויסע, גרינע קאַליפֿאָרניער אַוואָקאַדעס.
1/2 רויטע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך 1 טעפּל רויטער ווײַן־עסיק 2 "האַסס"־אַוואָקאַדעס, אין דינע רעפֿטלעך 1 לעפֿל איילבערט־בוימל זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
איך האָב לעצטנס געמאַכט דאָס מאכל פֿאַר מײַן משפּחה, ווי אַ בײַגעריכט צו ספּאַגעטי מיט פּאָמידאָרן־סאָוס, און במשך פֿון 10 מינוט, איז פֿון ביידע גאָרנישט געבליבן! אויב איר ניצט פֿאַרפֿרוירענע אַרבעס, צעשמעלצט עס צו ערשט אין מיקראָכוואַלניק, אָדער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור. 1/4 טעפּל צעהאַקטע ציבעלע 3 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער 2 פֿונט (9. קילאָ) ספּאַרזשע 1/2 2 טעפּלעך גרינע אַרבעס 1/2 לעפֿעלע זאַלץ 1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער 3/4 טעפּל בלעטער באַזיליק אָדער פּעטרישקע צעשנײַדט יעדעס ספּאַרזשע־שטענגל אויף 4 אָדער 5 שטיקלעך. צעשמעלצט די פּוטער אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די צעהאַקטע ציבעלע און מישט, ביז די ציבעלע ווערט ווייך, 3—4 מינוט.
אויב עס גלוסט זיך אײַך אַ מאָל צוגרייטן אַן עלעגאַנט מאכל, מאַכט אַ פֿראַנצויזישע ציבעלע־זופּ. דאָס בעסטע ברויט אַרײַנצולייגן אין דער זופּ איז אַ שטריצל (איטאַליעניש אָדער פֿראַנצויזיש ברויט), אָבער איר קענט ניצן וואָסער ברויט איר ווילט. די זופּ קאָכט מען, צום טייל, אין אַ הייסן אויוון; זײַט זשע זיכער, אַז די שיסעלעך אין וועלכער די זופּ באַקט זיך קענען אויסהאַלטן די היץ.
באַשפּריצט אַ פּאַטעלניע מיט שפּריצבוימל און פּרעגלט די ציבעלע איבער אַ מיטעלן פֿײַער 15 מינוט, ביז עס ווערט ווייך און גאָלדן־ברוין. מישט אַרײַן די פּוטער |
Search |
































קהילה־לעבן