User login |
די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט זענען די סאַטמאַרער חסידים. היסטאָריש גערעדט, שטאַמט די דאָזיקע חסידישע טראַדיציע נישט פֿון סאַטמאַר, נאָר פֿון גאַליציע. רבי משה טייטלבוים, דער מחבר פֿונעם ספֿר "ישׂמח משה", איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער, און געדינט, צו ערשט, ווי אַ רבֿ אין פּזשעמישל, פּוילן. שפּעטער, האָט דער "ישׂמח משה" זיך באַזעצט אין אוהעל, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון אונגאַרן, נישט ווײַט פֿון סלאָוואַקײַ. דעם "ישׂמח משהס" קינדער און אייניקלעך האָבן פֿאַרשפּרייט אַן אייגענע שיטה פֿון חסידות מיט אַן אונגאַרישן טעם ווײַטער אַרום דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. די סאַטמאַרער חסידים זענען הײַנט באַרימט געוואָרן מיט אַזאַ נאָמען צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבין יואל טייטלבוים, וועלכער איז געווען אַ רבי אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן אַ ריזיקע באַוועגונג נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע. זײַן טאַטע און זיידע זענען אָבער געווען רביים אין אַן אַנדער טראַנסילוואַניש שטעטל, סיגעט. מיט די "תּולדות־אַהרנער" איז די מעשׂה פֿאַרקערט. אַהרן ראָט — באַקאַנט ווי רב אַרעלע — איז געבוירן געוואָרן אינעם קאַרפּאַטישן שטעטל אונגוואַר, אין 1894. זײַן משפּחה איז נישט געווען קיין חסידישע. ווי אַ יונגערמאַן, האָט רב אַרעלע זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות, און געלערנט מיטן בעלזער רבין, רבי ישׂשׂכר־דובֿ רוקח, און מיטן בלאָזשעווער רבין, צבֿי־אלימלך שפּיראָ. דער בלאָזשעווער רבי, אַ באַקאַנטער מקובל, האָט געגעבן דעם יונגערמאַן אַן אייגענע באַוועגונג.
וועל איך אָנהייבן קודם מיטן צווייטן סדר, וווּ עס האָט מיך אײַנגעלאַדן שׂרה־רחל שעכטער, די מיטאַרבעטערין פֿון "פֿאָרווערטס" און איך בין זיכער, אַז אונדזערע לייענער זײַנען גוט באַקאַנט מיט אירע שריפֿטן. דער אמת איז, אַז איך קען די גאַנצע שעכטער־משפּחה שוין מזמן, זינט זייער פֿריסטן עלטער. געקענט דעם טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ע"ה, די מאַמע, טשאַרנע, די פֿיר שעכטער־קינדער, שׂרה־רחל שעכטער־איידלמאַן, דאָבריש־גיטל שעכטער־ווישנאַוואַט, פֿרימעט־איידל שעכטער און פֿאַרשטייט זיך בנימין שעכטער, דעם גאָר, גאָר באַגאַבטן קאָמפּאָזיטאָר, פּיאַניסט און דיריגענט פֿון ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר. אַלע זײַנען שוין הײַנט דערוואַקסענע מענטשן, אָבער איין זאַך איז בײַ זיי פֿאַרבליבן פֿון דער היים — דאָס מאַמע־לשון. אַלע, אַלע שעכטער־קינדער און אייניקלעך רעדן אַ געשמאַקן ייִדיש. זיי האַלטן ממש אויף אַ ייִדיש־לאַנד. איז דער סדר בײַ שׂרה־רחלען געווען מײַן ערשטער הויכפּונקט דעם פּסח. ערשטנס, האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אַ חבֿרה יונגוואַרג, געראָטענע שעכטער־קינדער און אייניקלעך, און אַלע ווי איינער האָבן גערעדט אַ פּרעכטיקן און נאַטירלעכן ייִדיש בײַם טיש. און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָבן שׂרה־רחלס בנים אַוועקגעלייגט אַ דבֿר־תּורה, אַז מען האָט געקאָנט לעקן די פֿינגער דערפֿון. און איצט די לידער, דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר, מיט דעם פּסחדיקן טראָפּ. מען האָט געזונגען און זיך משׂמח געווען ביז די שפּעטע שעהען פֿון דער נאַכט.
רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג פֿון אַ גרופּע ניו־יאָרקער חסידישע פֿירער, אַז מע פּלאַנירט אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ אין דרײַ וואָכן אַרום, האָט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן דערצויגן אין דער חסידישער וועלט באַשלאָסן גלײַכצײַטיק דורכצופֿירן אַ קאָנטער־פּראָטעסט מיטן נאָמען The Internet is NOT the Problem, וועגן "די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען די חסידישע באַפֿעלקערונג"; בפֿרט, דאָס באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער. לויט אַן אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג, "אידישע טעגליכע נײַעס", וועלן צענדליקער טויזנטער מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אַנטי־אינטערנעץ־מאַניפֿעסטאַציע, דעם 20סטן מײַ, אין "סיטיפֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון דער ניו־יאָרקער בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, די "מעטס", אין קווינז. די צײַטונג גיט צו, אַז די אָרגאַניזירער האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר דערפֿאַר.
ניט לאַנג צוריק האָב איך געדאַרפֿט דערקלערן אַ חשובֿן פּראָפֿעסאָר פֿון ישׂראל, וואָס דאָס איז אַזוינס אַ "היפּסטער". כ’האָב געהאַט געמיינט, אַז דאָס איז אַן אוניווערסאַלער באַגריף, אַן ענגליש וואָרט וואָס איז אָנגענומען געוואָרן אין ס׳רובֿ מאָדערנע שפּראַכן, אַזוי ווי "קאָלאַ" און "ספּאָרט" — אָבער ניין, דער "היפּסטער" איז נאָך ניט דערגאַנגען צו אַלעמען. איז זײַט וויסן, ייִדישער לייענער, אַז אַ "היפּסטער" איז אַ יונגער מענטש, געוויינטלעך אין די 20ער אָדער 30ער, וואָס האַלט ניט פֿון דער "הויפּטשטראָמיקער" קולטור, פֿון קאַריערע און קאַפּיטאַליזם, נאָר פֿון דער פּראָגרעסיווער פּאָליטיק, דער אַוואַנגאַרדיסטישער קונסט, און דער "אומאָפּהענגיקער" (Indie) ראָק־מוזיק. דער "היפּסטער" איז אַ נאָענטער קרובֿ פֿונעם אַמאָליקן "היפּי" פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן, און פֿאַקטיש שטאַמט ער פֿונעם זעלבן שורש: דאָס וואָרט "היפּ" אָדער "העפּ", וואָס מיינט נײַמאָדיש, לויטן סטיל פֿונעם יונגן אַלטערנאַטיוון קולטור־אַוואַנגאַרד. "היפּ/העפּ" איז געווען אַ וואָרט פֿון דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שפּראַך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, און קען זײַן, אַז עס שטאַמט אַזש פֿון די אַפֿריקאַנער לשונות. ס׳איז אַ היסטאָרישע איראָניע, אַז דאָס וואָרט "היפּסטער" באַצייכנט הײַנט, דער עיקר, ווײַסע יונגע־לײַט, בשעת אין די 1940ער האָט עס געמיינט אַן אָנהענגער פֿון דער שוואַרצער דזשאַז־קולטור. דעם שעפֿערישן קאָנפֿליקט צווישן דעם אַלטן און דעם נײַעם "היפּסטער" זע איך קלאָר אין דער געגנט וווּ איך וווין: בעדסטײַ, ברוקלין. דאָס איז אַן אַלטע שוואַרצע געגנט, נאָך פֿון די 1930ער יאָרן, ווען די ערשטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָבן פֿאַרלאָזט זייער "אַלטע היים" אין האַרלעם, כּדי צו זוכן גרעסערע, ליכטיקערע דירות, פּונקט ווי די ייִדן פֿון יענער צײַט האָבן פֿאַרלאָזט זייער "איסט־סײַד". בעדסטײַ, אָדער בעדפֿאָרד־סטײַוועסאַנט, איז נאָך אַלץ אַן אָרעמע געגנט, אָבער די שיינע אַלטע הײַזער זאָגן עדות, אַז אַ מאָל זײַנען געווען בעסערע צײַטן.
דער איבערגאַנג פֿון די אָנגענעמע פֿרילינג־טעג אין אַ טאָג פֿון טרויער און עצבֿות איז ניט לײַכט פֿאַר די מערסטע פֿון אונדז. עס איז שווער צוריקצוהאַלטן די טרערן, ווען די סירענעס ווויען איבערן גאַנצן לאַנד, ווען מיר שטייען פֿאַרקלעמט און פֿאַר אונדזערע אויגן און אין אונדזערע געדאַנקען שוועבן פֿאַרבײַ די שוידערלעכע בילדער און געשעענישן, ווען אונדזערע טײַערסטע און ליבסטע זענען אַזוי גרויזאַם אומגעבראַכט געוואָרן, און אונדזערע היימען זענען חרובֿ געוואָרן דורך די מערדערלעכע דײַטשן און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. אין עטלעכע טעג אַרום, וועלן מיר ווידער שטיין פֿאַרקלעמט, ווען מיר הערן די קלאַנגען פֿון די סירענעס בײַם אָפּמערקן דעם "יום־הזכּרון לחללי־מערכות־ישׂראל" — דעם אָנדענק פֿון די אַלע, וועלכע זענען געפֿאַלן אין די קאַמפֿן בשעת דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע זעלנער; פֿון די, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין די פֿאַרשיידענע טעראָר־אַקטן, אינטיפֿאַדעס און מלחמות, זינט אונדזער אויפֿקום. אין די דאָזיקע טרויער־טעג לעבן מיר איבער מיט האַרצווייטיק און צער די טראַגעדיעס פֿון די משפּחות פֿון די אומגעקומענע זעלנער אויף די פֿראָנטן און פֿון ציווילע בירגער; דעם גרויסן פֿאַרלוסט פֿון לעבנס פֿון פֿרויען, מענער, קינדער און אַלטע לײַט, וועלכע זענען אומגעקומען פֿון די הענט פֿון די אַראַבישע טעראָריסטן אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון לאַנד בכלל.
אַן אומעטיקע אײַנגעהאַלטנקייט האָט געהערשט יענעם מיטוואָכדיקן פֿרימאָרגן אין "אַרבעטער־רינג". קיין שום אַפּלאָדיסמענטן האָבן נישט באַגלייט דעם אויפֿטריט פֿון די פֿאַרשיידענע אָנטייל־נעמער, נישט די קינסטלערישע אויפֿפֿירונגען, אויך נישט די מינדלעכע אויפֿטריטן, אַזוי ווי ס’איז אָנגענומען בײַ טרויער־פֿאַרזאַמלונגען, און דער דאָזיקער מינהג האָט נאָך מער פֿאַרשווערט די סײַ ווי דריקנדיקע שטימונג. די באַקאַנטע פֿידלערין חיה ליבֿני האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער טרויער־אַטמאָספֿער, שפּילנדיק מאָריס ראַוועלס "קדיש" און נאָך דעם אַ פּאָפּורי פֿון ייִדישע לידער וואָס, דאַכט זיך, זיי וויינען אַרויס פֿון איר "ייִדיש פֿידעלע". אַן אַקטיווע באַטייליקונג האָט יענעם פֿרימאָרגן געהאַט דער כאָר פֿון "אַרבעטער־רינג" אויפֿן נאָמען פֿון מיכאל קלעפּפֿיש, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אַליזאַ בלעכעראָוויטש מיט דער פּיאַנע־באַגלייטונג פֿון אַנאַ סמאָלאָוו; געזונגען האָט דער כאָר אַן אָפּקלײַב פֿון צוגעפּאַסטע ייִדישע לידער, וואָס האָבן באַקומען דאָס מאָל אַן אומעטיקע צוגאָב־דימענסיע. די טרויער־ליכט האָבן ווי שטענדיק אָנגעצונדן די חורבן־לעבנס־געבליבענע, וואָס זײַנען כּמעט אַלע זינגערס פֿונעם כאָר.
זייער ערשטע סטאַנציע האָבן זיי געמאַכט אין וואַשינגטאָן, וווּ זיי האָבן זיך באַטייליקט אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער פּראָ-שלום און פּראָ-ישׂראל שתּדלנות-אָרגאַניזאַציע "דזשיי-סטריט". דאָרט האָט סתּיו געהאַלטן אַ רעדע אויף דער בכּבֿודיקער עפֿנטלעכער סעסיע צוזאַמען מיט דעם בירגער־מײַסטער פֿון ירוחם (אַ שטעטל אין דרום פֿון ישׂראל) מיכאל ביטאָן, און דעם באַרימטן ישׂראלדיקן מחבר עמוס עוז. זי האָט באַשריבן פֿאַרן צונויפֿגעזאַמלטן עולם, פֿון אַרום צוויי טויזנט מענטשן, די געשעענישן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם זומער; די נאַכט, וואָס זי מיט נאָך אַנדערע אַקטיוויסטן, האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען אין איין תּפֿיסה-צימער: "רבותי, באַקענט זיך מיט אונדז, די נײַע פֿאַרברעכערס פֿון ישׂראל!" — האָט סתּיו זיך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר דעם עולם; און דערצו האָט זי קאָנפֿראָנטירט נתניהוס לעצטע אַמעריקאַנער אויפֿטרעטונג מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, זאָגנדיק, אַז "אין דער רעגירונג זענען, ליידער, דאָ אַזעלכע, וואָס פּראָבירן צו פֿאַרשווײַגן די סאָציאַלע באַדערפֿענישן פֿונעם פֿאָלק דורך דער אומפּראָפּאָרציאָנעלער באַטאָנונג פֿון די דרויסנדיקע באַדראָונגען."
"הניצנים ניראו באָרץ, עת הזמיר הגיע וקול־התּור נשמע באַרצנו" — וואָרעם זע, דער ווינטער איז שוין פֿאַרבײַ, דער רעגן איז פֿאַרגאַנגען און די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, די בלומען האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד, די צײַט פֿון געזאַנג איז געקומען, און דער קול פֿון דער טורטלטויב לאָזט זיך הערן אין אונדזער לאַנד (תּרגום: יהואש). די מאָלערישע שילדערונגען, ווי עס ווערט געבראַכט אין "שיר־השירים", וואָס זענען פֿאַרפֿאַסט געוואָרן מיט טויזנטער יאָרן צוריק, רופֿן נאָך אַלץ אַרויס אונדזער באַוווּנדערונג און אַנטציקונג. הײַיאָר איז בײַ אונדז טאַקע געווען דער וועטער, ווי עס ווערט געשילדערט אין "שיר־השירים". דער פֿאַרגאַנגענער ווינטער איז בײַ אונדז געווען אַ שטאַרק רעגנדיקער. די בערג פֿון גולן און חרמון זענען געווען באַדעקט מיט אַ הויכן שניי. דער וואַסער־פֿלאַך פֿון כּנרת האָט זיך באַטײַטיק געהויבן, צו דער צופֿרידנקייט פֿון דער גאַנצער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, באַזונדערס פֿון די אַגריקולטור־לאַנדווירטן, וועלכע זענען געווען אין די לעצטע יאָרן באַזאָרגט פֿון דער לאַנגער טריקעניש. די שווערע, עקאָנאָמישע און פּאָליטישע לאַגע, וואָס הערשט איצט אין לאַנד, די גרויסע צאָל אַרבעטסלאָזע, די נויט בײַ די אָרעמע, קראַנקע, עלטערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָט פֿאַר פּסח אָנגעפֿילט אונדזערע הערצער מיט באַדויער און שווערן געמיט.
אָט אַזוי דערקלערט שירה בן שׂשׂון פֿורסטענבערג, אַן אָרטאָדאָקסישע פֿרוי פֿון ירושלים, איר ייִדישן פּלוראַליסטישן אַני-מאמין. אין ישׂראל אַרבעט זי ווי די פֿאָרזיצערין פֿון דעם פּראָיעקט פֿאַר רעליגיעזן און קולטורעלן פּלוראַליזם בײַם "שתּיל־צענטער", אַ ליבעראַלע נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציע (NGO), וואָס אַרבעט לטובֿת דער געזעלשאַפֿטלעכער ענדערונג. לעצטנס, איז זי אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק אויף אַ באַזוך מיט איר ברודער הלל בן-שׂשׂון, וואָס איז אַליין אַן אַקטיוויסט, און האָט גערעדט צו אַ גרופּע ישׂראלים. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דעם "נײַעם ייִדישן פֿאָנד" (NIF). אויפֿן אָוונט האָט זי דערציילט וועגן די פּראָבלעמען וואָס באַווירקן דעם דורכשניטלעכן ישׂראלדיקן בירגער, ווען ער קומט אין קאָנטאַקט מיטן רעליגיעזן עסטאַבלישמענט אין לאַנד. ווי באַוווּסט, הערשט אין ישׂראל דער אָרטאָדאָקסישער עסטאַבלישמענט איבער אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צו די משפּחה-דינים.
"רעד נישט וועגן דײַן פֿריִערדיקן געליבטן!" האָט געענטפֿערט איין דיקלעכע פֿרוי, מיט אַ שמייכל. "זאָג זיי נישט, וואָס דו האָסט נישט ליב וועגן זיי," האָט פֿאָרגעלייגט אַ הויכער מאַן מיט געקרײַזלטע האָר. "זאָג נישט: ׳מיר געפֿעלט נישט דײַן נערוועזער טיק!׳". די אַנדערע אין קרײַז האָבן מיט אָנערקענונג אויסגעשאָסן אין אַ געלעכטער, צושאָקלענדיק מיטן קאָפּ. דער וואַרשטאַט איז איינער פֿון אַ צאָל אַקטיוויטעטן און באַדינונגען פֿון Adaptations (צופּאַסונג) — אַ פּראָגראַם, וואָס באַמיט זיך צו העלפֿן אויטיסטישע יונגע לײַט אין די 20ער און 30ער צו פֿאַרבעסערן זייערע געזעלשאַפֿטלעכע פֿעיִקייטן, כּדי צו העלפֿן זיי מאַכן פֿרײַנד, אָנקניפּן ראָמאַנטישע באַציִונגען און קריגן אַ שטעלע. ביז איצט האָט די פּראָגראַם שוין צוגעצויגן 300 מיטגלידער, האָט אַליסאָן קלײַנמאַן, די דירעקטאָרין פֿון Adaptations, געזאָגט. אויטיזם איז אַ גײַסטיקע קראַנקייט — אַ רעזולטאַט פֿון אַ נעווראָלאָגישער שטערונג, כאַראַקטעריזירט דורך שוועריקייטן בײַם קאָמוניקירן און אויסקומען מיט אַנדערע מענטשן, ווי אויך אַנדערע אומגעוויינטלעכע מינים אויפֿפֿיר און אינטערעסן. Adaptations איז אַ טייל פֿון אַ כּוללדיקער פּראָגראַם, "דער צענטער פֿאַר ספּעציעלע באַדערפֿענישן", וואָס געפֿינט זיך אין דער "דזשיי־סי־סי" (ייִדישער קהילה־צענטער) פֿון מאַנהעטן.
"אונדזער ציל איז צו לאָזן וויסן די אַמעריקאַנער ייִדן וועגן דעם צושטאַנד פֿון די עטיאָפּישע ייִדן אין ישׂראל. מיר פֿאָדערן אַ בײַטונג: גלײַכע רעכטן פֿאַר אַלע ישׂראלדיקע בירגער. מיר האָבן זייער ליב דאָס לאַנד, און מיר זאָרגן זייער פֿאַר דער מדינה, אָבער עס זענען דאָ אַ פּאָר אומגערעכטע זאַכן, וואָס מע דאַרף ענדערן." אָט די קלאָרע דיבורים, זאָגט מיר פּערזענלעך בידזשיי באַהאַראַני, אַ יונגע פֿרוי וואָס וווינט שוין איבער צען יאָר אין ניו-יאָרק, און וואָס איז איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם סאָלידאַריטעט־אָוונט מיט די עטיאָפּישע ישׂראלים. דער אָוונט איז לעצטנס פֿאָרגעקומען בײַם הילל-קאָלומביע. דאָס איז געווען נאָר אַ טייל פֿון אַ גאַנצער קאַמפּאַניע, וואָס איז כּולל דאָס אונטערשרײַבן פּעטיציעס און אָרגאַניזירן דעמאָנסטראַציעס לטובֿת דעם ענין. הייסע דעמאָנסטראַציעס זענען עד-היום אין ישׂראל שוין פֿאָרגעקומען. דאָך, איז מען אין אַמעריקע, מער אָפּגעהיט אַרויסצוּווײַזן אַ שטאַרקערן פּראָטעסט־קול קעגן די עוולות אין ישׂראל. ליידער, האָבן זיך אויך דאָס מאָל געהערט אויפֿן פּאַנעל אַ סך "וואַסערדיקע רייד".
הײַיאָר זענען מיר אין ישׂראל געווען געבענטשט מיט אַ סך רעגנס וואָס האָבן אָנגעפֿילט די שטענדיק טרוקענע טײַכן און קוואַלן, מיט ממש שטורעמדיקע וואַסערן. דער באַרג חרמון אין צפֿון פֿון לאַנד, און אַנדערע הויכע פּלעצער, זענען באַדעקט געוואָרן מיט אַ ווײַסן, טיפֿן שניי־באַדעק, אַפֿילו ירושלים האָט זוכה געווען צו עטלעכע טעג פֿון דעם זעלטענעם שניי, וואָס האָט פֿאַרשאַפֿט קינד־און־קייט אַ סך פֿאַרגעניגן. די וואַרעמע זון האָט צעפּראַלט די קנאָספּן פֿון די ביימער, און אַלץ אַרום האָט זיך צעבליט מיט פֿיל פֿאַרביקע בלומען און זאַפֿטיקע גרינע גראָזן און צוויטן, וואָס פֿאַרשיכּורן ממש יעדן איינעם מיט זייערע אַראָמאַטישע ריחות. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז דער הײַיאָריקער פֿרילינג וועט אונדז ברענגען אַ ביסל רו און גענעזונג צו אונדזער פֿיזישן און גײַסטיקן צושטאַנד, אַ פֿאַרלײַכטערונג און אַ געוויסע לייזונג צו אַלע אונדזערע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, געזעלשאַפֿטלעכע און אַפֿילו פּערזענלעכע פּראָבלעמען, וואָס באַשעפֿטיקן אונדז און באַשווערן אונדזער טאָג־טעגלעך לעבן. מיר האָבן געהאָפֿט, אַז אין ליכט פֿון די פּאָליטישע געשעענישן וואָס האָבן אויפֿגערודערט די מערסטע שכנותדיקע לענדער אַרום אונדז, וועט אונדזער קליין לענדעלע אויסמײַדן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן און סכּנותדיקע ענדערונגען, און פֿאַרבלײַבן אַן אינדזל פֿון אײַנגעהאַלטענער זעלבסט־באַהערשונג. און לייזן אירע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען מיט ווירדע, כּבֿוד און זיכערהייט. |
Search |
































קהילה־לעבן