װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

רעדנער יוסף בערגער (רעכטס) און פּראָפֿ׳ דזשאָסטין קאַמי שמועסן אויף דער חיים גראַדע־קאָנפֿערענץ בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער"

צוריק צו חיים גראַדע

ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982, האָט מען בכּבֿודיק אויפֿגעהאַלטן זײַן שאַפֿונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער פֿאַרן לייענער אויף ענגליש איז ער געווען ווייניקער באַקאַנט. נאָר געציילטע פֿון זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט, און זײַן פּאָעזיע האָט מען כּמעט ווי נישט געקאָנט איבערזעצן אויף ענגליש. זײַן וועלט־באַקאַנטער מיטצײַטלער יצחק באַשעוויס, וועלכער האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978, האָט אים פֿאַרשטעלט מיט זײַן שם.
בעת די יאָרן נאָך גראַדעס טויט האָט מען געוויסע פֿון זײַנע ווערק איבערגעזעצט אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט זײַן וווּנדערלעכן אויטאָביאָגראַפֿישן ראָמאַן "דער מאַמעס שבתים", אין 1986. גראַדעס אַלמנה, אינאַ העקער־גראַדע, האָט אַזוי שטרענג אָפּגעהיט זײַן עזבֿון, אַז זי האָט ממש געשטערט די ווײַטערדיקע איבערזעצונגען. דעריבער האָבן די לייענער און ליטעראַטור־קריטיקער נישט געפֿונען דעם וועג צו זײַנע שאַפֿונגען. דער מצבֿ האָט זיך געביטן ווען אינאַ גראַדע איז געשטאָרבן אין מײַ 2010.
"אין די יאָרן נאָך זײַן טויט איז געשטיגן דער אינטערעס צו זײַנע ביכער, אָבער אינאַס סטראַשנדיקע בריוו — ׳רירט נישט אָן זײַנע ווערק׳ — האָט דעם אינטערעס אָפּגעשוואַכט. ערשט איצט איז מעגלעך צו פֿאָרשן די טעמע", האָט געזאָגט פּראָפֿ׳ דוד פֿישמאַן, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", און אַ לעקטאָר בײַ דער אַנומלטדיקער קאָנפֿערענץ וועגן גראַדען בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער" אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. "ביז איצט וואָלט די קאָנפֿערענץ נישט געקאָנט צושטאַנד קומען", האָט צוגעגעבן דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם "ביכער־צענטער", אַהרן לאַנסקי, בנוגע אינאַ גראַדעס אָפּאָזיציע — "ס‘איז פּשוט פֿריִער געווען צו שווער."

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּראָספּעקט־פּראָגראַם פֿון דער אָפּאַטאָשו־קאָנפֿערענץ אין רעגענסבורג
אַזוי האָט זיך עס שוין באַקומען, אַז אין אָט דער צײַט דריי איך זיך צווישן פֿאַרשיידענע קאָנפֿערענצן, אין פֿאַרשיידענע לענדער. סוף מאַרץ האָב איך זיך באַטייליקט אין דער אַקאַדעמישער צונויפֿקומעניש אין טאָראָנטאָ, אויף דער טעמע "דאָס ייִדישע לעבן און טויט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה". אין אַפּריל בין איך געווען אויף צוויי קאָנפֿערענצן אין דײַטשלאַנד: אין גרײַפֿסוואַלד — וועגן סלאַוויש-ייִדישער ליטעראַטור, און אין רעגענסבורג — וועגן דעם ייִדישן שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו. און ווען דער דאָזיקער נומער פֿון "פֿאָרווערטס" וועט שוין זײַן אין אײַערע הענט, וועל איך זיך, אם-ירצה-השם, אומקערן פֿון אַ קאָנפֿערענץ אין סאַן-דיעגאָ, וועלכע איז געווידמעט באָגדאַן כמעלניצקי — אַ ייִדישער קוק, פֿאַרשטייט זיך, אויף דער טרויעריק־באַקאַנטער (פֿאַר ייִדן, לכל-הפּחות) פּערזענלעכקייט.
איך קלײַב זיך דאָ ניט געבן קיין באַריכט פֿון אָט די אַלע אינטערעסאַנטע קאָנפֿערענצן. כ׳וועל נאָר באַמערקן, און דאַכט זיך ניט צום ערשטן מאָל באַמערק איך עס, אַז אַזעלכע פֿאָרומס מאַכן אינטענסיווער דעם בלוט-דרוק (צי חכמה-דרוק) אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, פֿאָדערן פֿון דיר אַ טראַכט טאָן, און אַ שרײַב טאָן, וועגן אַזעלכע זאַכן, וועלכע אַנדערש וואָלסטו אפֿשר וועגן זיי קיין מאָל ניט געטראַכט און ניט געשריבן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דו הערסט פֿרישע רעזולטאַטן פֿון דעם וואָס דײַנע קאָלעגן טוען, און דאָס איז אויך געוואַלדיק וויכטיק. און פּשוט טרעפֿן זיך, און באַקענען זיך, מיט קאָלעגן איז תּמיד אַ ממשותדיקער טייל פֿון דעם קאָנפֿערענץ-"געשעפֿט".

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישט איין מאָל האָט מען דעם שרײַבער פֿון די שורות געפֿרעגט ווי מע זאָגט אויף ייִדיש watermelon. "אַרבוז״, זאָג איך. "עט, דאָס איז אַ רוסיש וואָרט״, ענטפֿערט מען מיר. וואָס זשע טענה איך צוריק? יאָ, אין ייִדיש איז דאָס וואָרט טאַקע אַרײַן פֿון רוסיש. אָבער דאָס איז דאָך בלויז איין שטאַפּל. צו די רוסן איז דאָס וואָרט אַרײַן פֿון טערקיש אָדער אַ קרובֿיש לשון ווי, למשל, טאָטעריש; אין טערקיש — פֿון פּערסיש; אין פּערסיש — אפֿשר פֿון נאָך ווײַטער אויף מיזרח, ווײַל ס׳איז פֿאַראַן אַזש אין מאָנגאָליש. (אַגבֿ, איז דאָס פּערסישע kharbuz טײַטש ׳דינקע׳, נישט ׳אַרבוז׳; ס׳איז אין דער אמתן אַ צונויפֿהעפֿט טײַטש ׳אייזל-אוגערקע׳!) חוץ דעם רוסישן arbuz זענען פֿאַראַן אויך דאָס טערקישע און דאָס בולגאַרישע karpuz, דאָס גרעקישע karpuzi, דאָס הינדישע tarbuz, דאָס מאָנגאָלישע tarbas און — דאָס אוקראַיִנישע harbuz. אַזוי ווי מיר שרײַבן די שורות אום פּסח ווילט זיך פֿרעגן: מה נשתּנה? מיט וואָס איז דאָס אוקראַיִנישע וואָרט אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע? דערמיט וואָס ס׳איז גאָר טײַטש ׳דיניע; pumpkin׳.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך ווייס ניט, צי הײַיאָר וועט מען אָפּמערקן (איך האָף אַז כ׳וועל ניט פֿאַרגעסן און וועגן דעם שרײַבן בײַצײַטנס, סוף זומער) דעם יובֿל פֿון דעם ייִדישן קולטור-קאָנגרעס, וואָס איז צונויפֿגערופֿן געוואָרן אין 1937 אין פּאַריז. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז מע וועט וועגן דער דאָזיקער וויכטיקער געשעעניש מאַכן אַ שווײַג, אַפֿילו אין פּאַריז. די צונויפֿקומעניש האָט דאָך "געשמעקט" מיט סימפּאַטיעס, הייסע צי זייער פֿאָרזיכטיקע, צום סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און די הײַנטיקע ייִדישע וועלט, קולטורעלע בתוכם, רוקט זיך אַלץ רעכטער און רעכטער.

מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געשמועסט מיט אַ יונגן ייִדישן ליטעראַטור-היסטאָריקער, וועלכער האָט זיך געקלאָגט, אַז אַפֿילו אין זײַן געביט איז געוואָרן שווער אויסצוגעפֿינען אַ פּאַרעווע, ניט קיין פּאַראַנאָיִש רעכטע, צײַטשריפֿט. וואָס ווילט איר נאָך, אויב אַ באַקאַנטער זשורנאַליסט האָט מיר מיט אַ צײַט צוריק ערנסט געזאָגט, אַז דער ענגלישער "פֿאָרווערטס" געפֿינט זיך הײַנט אין די הענט פֿון קאָמוניסטן. "קאָמוניסטיש" איז דער ייִדישער "פֿאָרווערטס" געווען אין די אויגן פֿון סאַטמאַרער אידעאָלאָגן, וועלכע האָבן געפֿירט מלחמה קעגן דער צײַטונג אין די 1960ער יאָרן. (איך האָב וועגן אָט דער ייִדישער מלחמה לעצטנס געשריבן.) אין דער אמתן, האָט דער "פֿאָרווערטס" בויקאָטירט דעם פּאַריזער קאָנגרעס, טאַקע צוליב זײַן פּראָ-סאָוועטישקייט.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

אַ לינטשינג אין 1933: נאָכן באַשולדיקט ווערן אין אַטאַקירן אַן 81־יאָריקע פֿרוי, האָט מען אַרעסטירט אַ שוואַרצן, דזשאָרדזש אַרמוווּד; שפּעטער האָט אַ המון מענטשן זיך אַרײַנגעריסן אין תּפֿיסה, פֿאַרקניפּט אַ שטריק אַרום זײַן האַלדז, צוגעבונדן צו אַן אויטאָ און אים געשלעפּט איבער די גאַסן ביז טויט. אויפֿן בילד: אַ פּאָליציאַנט (רעכטס) און אַ נישט־אידענטיפֿיצירטער באַאַמטער באַגלייטן אַרמוווּד אין תּפֿיסה
ווען די ייִדישע אימיגראַטן זײַנען אָנגעקומען אין דער "גאָלדענער מדינה", האָבן זיי דאָ געטראָפֿן אַ שלל מיט פֿאַרשידענע פֿעלקער׃ אירלענדער, דײַטשן, איטאַליענער, כינעזער, און אויך די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, וואָס אויף ייִדיש האָט מען זיי גערופֿן "נעגערס". עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די ייִדן זײַנען דווקא ניט די סאַמע דערשלאָגענע מינאָריטעט אינעם נײַעם לאַנד. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ סך אינטערעס צו דער עקזאָטישער פֿיגור פֿון אַ "נעגער" און צו דער גאַנצער "נעגער־פֿראַגע" בײַ ייִדישע ליטעראַטן און זייערע לייענער.
צוערשט איז דער "נעגער" געווען סתּם אַן עקזאָטישע באַשעפֿעניש, אַ מאָדנער בן־אָדם מיט אַ מאָדנעם אויסזען. אָבער בהדרגה, ווען די ייִדישע אימיגראַנטן האָבן זיך אַלץ טיפֿער אײַנגעלעבט אין דער נײַער געזעלשאַפֿט מיט אירע השׂגות און הלכות, האָט די נעגערישע געשטאַלט באַקומען קלאָרערע צורות. עס לאָזן זיך אויסצייכענען דרײַ אָדער פֿיר עיקרדיקע אַספּעקטן פֿון אָט דער געשטאַלט׃ אַ פּאָליטישער, אַ קולטורעל־רעליגיעזער, און אַן עראָטישער.
ייִדן, אַזוי ווי אַלע אַנדערע מענטשן, האָבן זייערע אייגענע קלישעען ווען עס קומט צו די "גויים", און דער סטערעאָטיפּיש־״ייִדישער״ קוק אויף די שוואַרצע אין די ערשטע יאָרן פֿון דער מאַסן־אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט געהאַט צוויי צדדים. היות ווי אַ סך ייִדישע אינטעליגענטן זײַנען געווען סאָציאַליסטיש געשטימט, האָבן זיי געהאַט אַ סך מיטלײַד צו די שוואַרצע קרבנות פֿון ראַסן–דיסקרימינאַציע.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

יאָאַכים סטוטשעווסקי
ווי אַזוי באַשליסט מען, וואָס איז פֿאָלקלאָר און וואָס איז "הויכע קונסט"? וואָס איז אַמאַטאָריש און וואָס — פּראָפֿעסיאָנעל? די טערמינען ניצט מען אָפֿט אָן שום ספּעציפֿישקייט. נישט איין מאָל האָט אַ קריטיקער אָנגערופֿן אַ שרײַבער — "פֿאָלקספּאָעט", און דער שרײַבער האָט זיך באַליידיקט, כאָטש דער רעצענזענט האָט דאָס דווקא געמיינט צום גוטן. צי זענען די לאָדזשער פּאָעטן מרים אולינאָווער, אָדער הערשעלע געווען פֿאָלקספּאָעטן? און אויב יאָ, וואָס מיינט מען דערמיט? פֿאַר וואָס איז מרדכי געבירטיג אַ פֿאָלקספּאָעט, און יעקבֿ גלאַטשטיין נישט? ווײַל מע פֿאַרשטייט לײַכט זייערע לידער, אָדער ווײַל זיי זענען געווען באַליבט בײַם פֿאָלק?
אַזעלכע געדאַנקען זענען מיר געקומען אין קאָפּ, ווען איך האָב איבערגעלייענט דעם נײַעם נומער פֿונעם זשורנאַל "Musica Judaica“ (באַנד 19). עטלעכע אַרבעטן אין דער פּובליקאַציע באַהאַנדלען טעמעס און פּערזענלעכקייטן, וועלכע רופֿן אַרויס בײַם לייענער קשיאות וועגן דעם ענין, ווי אַזוי צו באַצייכענען די מוזיקאַלישע שאַפֿערישקייט אין געוויסע קהילות.
רחלי גלאַי, אַ טשעליסטין, איז די טאָכטער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר און כּלל־טוער פֿון דער ייִדישער קולטור אין ישׂראל, דניאל גלאַי. זי פֿאָרשט איצט דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון יאָאַכים סטוטשעווסקי, און האָט אָנגעשריבן אַן אַרבעט אינעם זשורנאַל וועגן זײַן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ. אין דער קלעזמער־ און ייִדישער פֿאָלקלאָר־וועלט קען מען גוט די אַרבעטן פֿון סטוטשעווסקי, ווײַל זײַנע צוויי ביכער אויף העברעיִש וועגן קלעזמאָרים און דעם מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿאַרמאָגן אַ סך אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

האָלגער נאַט
אין די 1980ער יאָרן, ווען האָלגער נאַט האָט שטודירט אין דער ייִדיש־פּראָגראַם בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט ער זיך קונה שם געווען ווי דער איינציקער קלעזמער־לירע־שפּילער [hurdy gurdy] אויף דער וועלט. האָלגער האָט אַליין געבויט דעם אינסטרומענט, וואָס האָט שוין אַ טויזנט־יאָריקע געשיכטע, און איז נאָך געשפּילט געוואָרן פֿון הויף־זינגערס אין דער אוקראַיִנע און רײַסן אינעם 20סטן יאָרהונדערט. אַ מאָל, אין דער צײַט פֿונעם רענעסאַנס האָט אויף דער כּלי געשפּילט די אַריסטאָקראַטיע, אָבער שוין עטלעכע יאָרהונדערט, וואָס דער אינסטרומענט ווערט אידענטיפֿיצירט מיטן פּויער און אַרבעטער; און אויף דײַטש האָט מען אים אַפֿילו אָנגערופֿן דעם "באַוערן [פּויער]־לײַער" אָדער דעם "בעטלער־לײַער". כאָטש די לירע ווערט נישט באַטראַכט ווי אַ ייִדישער אינסטרומענט, קען נישט אויסגעשלאָסן ווערן די מעגלעכקייט, אַז ייִדישע בעטלערס האָבן דאָס געשפּילט זיך צו באַגלייטן בײַם זינגען אין די גאַסן.
בײַ איין פּורים אין די 1980ער יאָרן אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס, האָבן מיר געבעטן אַ פֿרײַנד פֿון דער געגנט, משה נוסבוים, אַ פֿידלער אין דער אַלטער היים, אָבער, אין דער נײַער היים, אַן אַרבעטער אין דער באַקלייד־אינדוסטריע, ער זאָל אָנפֿירן מיט אַ קאַפּעליע לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, דער עולם זאָל קאָנען טאַנצן. האָט ער און מיישקע אַלפּערט געשפּילט פֿידל, האָלגער נאַט האָט געשפּילט אויף זײַן לירע, און איך האָב געקלאַפּט אויף אַ "ברום־באַס" — אַ קלאַפּ־אינסטרומענט, וואָס נוסבוים האָט אַליין געבויט פֿון אַ בעזעם־שטעקן, אַ דראָט, און די בלעכענע דעקלעך פֿון צוקערקע־פּודעלעך. נוסבוים האָט געשטאַמט פֿונעם פּוילישן שטעטל ריפּין לעבן דער גרענעץ מיט פּרײַסן, דײַטשלאַנד. די גרענעץ איז געווען אַזוי נאָענט, אַז ער פֿלעגט אַרײַנשפּאַצירן און שפּילן מיט דײַטשע מוזיקער אין אַ שטעטל אויף דער צווייטער זײַט. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיטן "ברום־באַס", און דאָס צוריקגעבראַכט צו זײַן קאַפּעליע אין ריפּין.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

סוף מאַרץ האָט מען געוויזן אויף דער טעלעוויזיע די פּראָגראַם The Thomashefskys: Music & Memories of a Life in the Yiddish Theater ["די טאָמאַשעווסקיס: מוזיק און זכרונות פֿון אַ לעבן אינעם ייִדישן טעאַטער"]. די וואָך ווערט אַרויסגעגעבן דאָס ווידעאָ־קאָמפּאַקטל פֿון דער פּראָגראַם — אַ פֿאָרשטעלונג פֿונעם דיריגענט מײַקל טילסאָן-טאָמאַס וועגן זײַן זיידע־באָבע, די לעגענדאַרע ייִדישע אַקטיאָרן באָריס און בעסי טאָמאַשעווסקי.
טילסאָן־טאָמאַס, אַן אַמאָליקער פּראָטעזשע פֿונעם באַרימטן דיריגענט און קאָמפּאָזיטאָר לעאָנאַרד בערנשטיין, שטרעבט אויך, ווי זײַן לערער, צו מאַכן אַ רושם סײַ אין דער וועלט פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ אין דער וועלט פֿון פּאָפּולערער מוזיק. טילסאָן־טאָמאַס איז באַקאַנט ווי דער דיריגענט פֿון דער "סאַן־פֿראַנציסקאָ־סימפֿאָניע", און דער גרינדער און קינסטלערישער דירעקטאָר פֿון דער "נײַער וועלט־סימפֿאָניע"; אַן אָרקעסטער פֿון ייִנגערע מוזיקער, מיט וועלכן ער דיריגירט אין דער פֿאָרשטעלונג.
אָבער אַ מאָל איז ער געווען אַ קליין ייִנגל אויף זײַן באָבע בעסיס שויס, און די באָבע האָט אים דערציילט וועגן איר לעבן און וווּנדערלעכע מעשׂיות וועגן דעם ייִדישן טעאַטער. זײַן טאַטע און פֿעטער פֿלעגן אויך אויסשפּילן סצענעס פֿאַר אים אין זייער היים און אים באַקענען מיט די באַקאַנטסטע לידער.
טילסאָן־טאָמאַס האָט אָנגעשריבן דעם סקריפּט און איז דער נאַראַטאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וואָס מע האָט פֿילמירט אין אַפּריל 2011, אינעם "נײַער וועלט־צענטער" אין מיאַמי־ביטש. שוין אין 1998 האָט טילסאָן־טאָמאַס געשאַפֿן דעם "טאָמאַשעווסקי־פּראָיעקט" צו זאַמלען מאַטעריאַלן וועגן זײַן זיידע־באָבע פֿון איבער דער וועלט.

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָך אַזוי פֿיל מאכלים ווילט זיך עפּעס טרינקען. איז לאָמיר זיך נעמען צו גלעזלעך ווײַן.
ווײַנטרויבן עסט דער מענטש שוין טויזנטער יאָרן; און ווײַן טרינקט ער אויך כּמעט אַזוי לאַנג. ווײַן מאַכט מען אין אַ היפּשן חלק אייראָפּע: פּאָרטוגאַל, שפּאַניע, איטאַליע, (דרום-)פֿראַנקרײַך, (דרום-)דײַטשלאַנד, גרעקנלאַנד, אונגערן, רומעניע, מאָלדאָווע, גרוזיע. אין די שייכדיקע לשונות זענען די ווערטער פֿיל-ווינציקער אידענטיש. נאָר דאָ איז דאָ אַ פּאַראַדאָקס פֿון דער לינגוויסטיק:
אויב אין אַזוי פֿיל לשונות — ווי אויך דאָס לשון-קודשדיקע "יין" — זענען די ווערטער אידענטיש, וואָלט דעם הדיוט זיך געדאַכט, אַז דאָס איז אַ סימן קרובֿישאַפֿט צווישן די לשונות. דעם שפּראַך-היסטאָריקער, אָבער, פֿאַלט אײַן עפּעס אַנדערש — אַז דאָס איז גיכער אַ ראַיה, אַז די לשונות האָבן זייערע אַלע ווערטער אַנטליגן פֿונעם זעלבן מקור. פֿאַר וואָס? וואָרן אויב דאָס וואָלטן געווען קרובֿישע ווערטער, וואָס האָבן זיך אַנטוויקלט דורך הונדערטער צי טויזנטער יאָרן פֿון איין אָבֿ, וואָלטן זיי נישט געווען אידענטיש, נאָר בלויז ענלעך = אַ שטייגער, די ווערטער פֿאַר ׳ברודער׳ איבער דער אינדאָאייראָפּעיִשער משפּחה: דײַטשיש Bruder, ענגליש brother, לאַטײַניש frater, גרעקיש frater (׳מאָנאַך׳), רוסיש brat, סאַנסקריטיש bhratar אאַז״וו.
די פֿאָרשערס רעכענען אַזוי: די ווערטער פֿאַר ׳ווײַן׳ נעמען זיך אַלע פֿון אַ לשון וואָס מע האָט גערעדט אין דרום-אייראָפּע מיט טויזנטער יאָרן צוריק, נאָך איידער אויפֿן קאָנטינענט האָבן זיך באַוויזן די אינדאָאייראָפּעער. דורך די רוימער האָט זיך דאָס וואָרט ווײַט צעשפּרייט, נאָך ווײַטער ווי די שטחים וווּ מע מאַכט ווײַן: פֿון איין זײַט ביז אירלאַנד און וויילס, פֿון דער אַנדערער — ביז רוסלאַנד, גרוזיע און ארץ-ישראל. (ס׳איז, אָבער, נישט דערגאַנגען ביז אינדיע און איראַן, אַ פּנים, ווײַל דאָרטן איז ווײַן נישט געווען קיין אָנגענומענער געטראַנק.)

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

מיר ווילן הײַנט ציטירן אַ פּאָר לידער וואָס זײַנען אויפֿגעקומען בעת דעם חורבן‮. ‬זיי דערציילן וועגן דעם פּײַן און די ליידן פֿון די‮ ‬געליטענע‮. ‬מיר‮, ‬אין די שפּעטערדיקע דורות‮, ‬באַוווּנדערן זייער שאַפֿונג‮, ‬זינגען און האַלטן טײַער זייער וואָרט און געזאַנג‮.


געטאָ

פֿון כּתריאל ברוידאָ

מיר שטייען בײַ די ווענט
מיט הערצער מיט פֿאַרקלעמטע‮.‬
מיט אַראָפּגעלאָזטע הענט
ווי בײַ אַ וויינענדיקער ווערבע‮.‬
עס קוקן אויגן שטאַר
און זינקען אײַן טיף אין דער ווײַטקייט
און ס׳בלײַבט אין זיי דער צער‮ —
די אייביקייט‮.‬

שווער צו זען די וועלט דורך ענגע מויערן‮,‬
די שײַן האָבן פֿאַרשטעלט די געטאָ־טויערן‮ —
פֿאַרמאַכסט די אויגן נאָר‮,‬
דאַן זעסטו אַלץ‮, ‬ווי אין אַ חלום‮,‬
ס׳דערשײַנט ווי אויף דער וואָר
די גרויסע וועלט‮.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אונדזער מיטאַרבעטערין חנה מלאָטעק אַלט געוואָרן 90 יאָר — ביז הונדערט־און־צוואַנציק! זינט 1970 ביזן הײַנטיקן טאָג, האָט קודם זי און איר מאַן, דער באַקאַנטער דערציִער און כּלל־טוער יאָסל מלאָטעק ז״ל, און דערנאָך זי אַליין, אָנגעפֿירט מיט דער "פֿאָרווערטס"־רובריק "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע". וויפֿל מאַטעריאַלן האָט די רובריק אָנגעזאַמלט? דער זוכצעטל צום טייל פֿון דער רובריק "לייענער דערמאָנען זיך לידער", צוזאַמענגעשטעלט פֿון דוד ראָגאָוו און שמואל גאָלדענבערג (ייִוואָ־בלעטער, 2003), פֿאַרנעמט 80 זײַטן מיט טויזנטער איינסן! פֿאַרן פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן ליד איז די רובריק געוואָרן אַ וויכטיקער רעסורס, און זינט דער אַרבעט פֿון דער ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישער קאָמיסיע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, איז די רובריק געוואָרן די פֿאַרשפּרייטסטע זאַמל־אַרבעט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר אינעם 20סטן יאָרהונדערט.
עס העלפֿט אַלע מאָל ווען דער פֿאָרשער האָט אויך אַן אײַזערנעם זכּרון ווי חנה מלאָטעק. די ייִדיש־וויסנשאַפֿטלעכע וועלט ווערט זייער, זייער פּאַמעלעך דיגיטאַליזירט אויפֿן קאָמפּיוטער און אויף דער אינטערנעץ, און במילא, אין אַזאַ מצבֿ, דאַרך מען פּשוט געדענקען וווּ מע קען געפֿינען, וווּ מע האָט אַמאָל געלייענט, וווּ מע האָט אַמאָל געהערט, וואָס מע זוכט. חנה מלאָטעק, אין איר פּאָזיציע ווי די מוזיק־פֿאָרשערין אין ייִוואָ, האָט נישט נאָר זיך באַקענט מיט די זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, נאָר אויך מיט די טעאַטער־לידער, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע זאַמלונגען, ווי אויך מיט די אַרכיוון פֿון זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן, און קולטור־אָרגאַניזאַציעס. לעצטנס האָט זי אָנגעהויבן אויסצוסדרן דעם וויכטיקן אַרכיוו פֿון דער זינגערין און מײַסטער־לערערין מאַשע בעניאָ־מץ, וואָס זי האָט אונדז דערציילט, אַז דער אַרכיוו "איז גאָר אַ וויכטיקע זאַמלונג".

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

דער זינגער אַנטאָני ראָסעל טרעט אויף בײַם סדר פֿונעם "ייִדישן אַקטיאָרן־קלוב/ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד", דעם 2טן אַפּריל
אָנהייב חודש אַפּריל, בײַם יערלעכן סדר פֿונעם "ייִדישן אַקטיאָרן־קלוב/ייִדישע אַקטיאָרן און פֿרײַנד", האָט דער חזן משה בער פֿאַרבעטן אַרויף צו דער בינע דעם אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער זינגער אַנטאָני ראָסעל, וועלכער האָט פּריטשמעליעט דעם עולם מיט זײַן פֿאָרשטעלונג פֿון די לידער פֿונעם רעפּערטואַר פֿון סידאָר בעלאַרסקי (1898—1975). דער אָפּרוף אויף זײַן אויפֿטריט איז געווען אַ געוואַלדיקער, און דער זינגער אַליין האַלט, אַז "דער סדר איז געווען פֿון די בעסטע איבערלעבונגען אין מײַן לעבן. הלוואַי וואָלט יעדער עולם זיך צוגעהערט צום זינגער ווי דער דאָזיקער עולם".
במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים ווערט ראָסעל מער און מער באַקאַנט דעם ייִדישן קולטור־עולם אין ניו־יאָרק. זײַן ערשטער קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז ערשט פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס. דערנאָך האָט ער זיך באַטייליקט אין שיין בייקערס טעאַטער־פֿאָרשטעלונג "די גרויסע באָבקעס" אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" אין מאַנהעטן אין פֿעברואַר, און אין אַ ברוקלינער "קאַוועהויז" אין מאַרץ. מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, 7:00 אין אָוונט, וועט ער זינגען זײַן סידאָר בעלאַרסקי רעפּערטואַר בײַם "קאַוועהויז" פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אינעם נײַעם "אַרבעטער־רינג"־ביוראָ אין מאַנהעטן.
אַנטאָני ראָסעל איז געבוירן געוואָרן אין פֿאָרט־וואָרט, טעקסאַס, אָבער איז אויפֿגעוואַקסן אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע. ער האָט אָנגעהויבן צו זינגען צו 17 יאָר, כאָטש ער האָט לכתּחילה געוואָלט ווערן אַ פּיאַניסט. דעם חולם האָט ער אויפֿגעגעבן, ווען בײַ איין קאָנצערט, לויט ווי ער דערציילט, "האָט אַ קליין מיידל, אַ גרויסער טאַלאַנט, געשפּילט שאָפּען בעסער פֿון מיר". האָט ער באַשלאָסן צו שטודירן געזאַנג. אין וואָקאַלער קונסט האָט ער אין גיכן געוווּנען אַ קאָנקורס, און האָט ווײַטער זיך אָפּגעגעבן מיט דעם. אָפּערע האָט ער שטודירט אינעם חשובֿן "מאַרטינאַ אַרויאָס פּרעלוד־צו־פֿאָרשטעלונג", אַ וואַרשטאַט וואָס טרענירט אָפּערע־זינגערס.