User login |
צוריק צו חיים גראַדע ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982, האָט מען בכּבֿודיק אויפֿגעהאַלטן זײַן שאַפֿונג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער פֿאַרן לייענער אויף ענגליש איז ער געווען ווייניקער באַקאַנט. נאָר געציילטע פֿון זײַנע ווערק האָט מען איבערגעזעצט, און זײַן פּאָעזיע האָט מען כּמעט ווי נישט געקאָנט איבערזעצן אויף ענגליש. זײַן וועלט־באַקאַנטער מיטצײַטלער יצחק באַשעוויס, וועלכער האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז אין 1978, האָט אים פֿאַרשטעלט מיט זײַן שם.
בײַ איין פּורים אין די 1980ער יאָרן אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס, האָבן מיר געבעטן אַ פֿרײַנד פֿון דער געגנט, משה נוסבוים, אַ פֿידלער אין דער אַלטער היים, אָבער, אין דער נײַער היים, אַן אַרבעטער אין דער באַקלייד־אינדוסטריע, ער זאָל אָנפֿירן מיט אַ קאַפּעליע לכּבֿוד דעם יום־טובֿ, דער עולם זאָל קאָנען טאַנצן. האָט ער און מיישקע אַלפּערט געשפּילט פֿידל, האָלגער נאַט האָט געשפּילט אויף זײַן לירע, און איך האָב געקלאַפּט אויף אַ "ברום־באַס" — אַ קלאַפּ־אינסטרומענט, וואָס נוסבוים האָט אַליין געבויט פֿון אַ בעזעם־שטעקן, אַ דראָט, און די בלעכענע דעקלעך פֿון צוקערקע־פּודעלעך. נוסבוים האָט געשטאַמט פֿונעם פּוילישן שטעטל ריפּין לעבן דער גרענעץ מיט פּרײַסן, דײַטשלאַנד. די גרענעץ איז געווען אַזוי נאָענט, אַז ער פֿלעגט אַרײַנשפּאַצירן און שפּילן מיט דײַטשע מוזיקער אין אַ שטעטל אויף דער צווייטער זײַט. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיטן "ברום־באַס", און דאָס צוריקגעבראַכט צו זײַן קאַפּעליע אין ריפּין.
עס העלפֿט אַלע מאָל ווען דער פֿאָרשער האָט אויך אַן אײַזערנעם זכּרון ווי חנה מלאָטעק. די ייִדיש־וויסנשאַפֿטלעכע וועלט ווערט זייער, זייער פּאַמעלעך דיגיטאַליזירט אויפֿן קאָמפּיוטער און אויף דער אינטערנעץ, און במילא, אין אַזאַ מצבֿ, דאַרך מען פּשוט געדענקען וווּ מע קען געפֿינען, וווּ מע האָט אַמאָל געלייענט, וווּ מע האָט אַמאָל געהערט, וואָס מע זוכט. חנה מלאָטעק, אין איר פּאָזיציע ווי די מוזיק־פֿאָרשערין אין ייִוואָ, האָט נישט נאָר זיך באַקענט מיט די זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, נאָר אויך מיט די טעאַטער־לידער, וועלכע געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע זאַמלונגען, ווי אויך מיט די אַרכיוון פֿון זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן, און קולטור־אָרגאַניזאַציעס. לעצטנס האָט זי אָנגעהויבן אויסצוסדרן דעם וויכטיקן אַרכיוו פֿון דער זינגערין און מײַסטער־לערערין מאַשע בעניאָ־מץ, וואָס זי האָט אונדז דערציילט, אַז דער אַרכיוו "איז גאָר אַ וויכטיקע זאַמלונג".
במשך פֿון די לעצטע עטלעכע חדשים ווערט ראָסעל מער און מער באַקאַנט דעם ייִדישן קולטור־עולם אין ניו־יאָרק. זײַן ערשטער קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער איז ערשט פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר בײַם "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" אין בראָנקס. דערנאָך האָט ער זיך באַטייליקט אין שיין בייקערס טעאַטער־פֿאָרשטעלונג "די גרויסע באָבקעס" אינעם "ייִדישן קהילה־צענטער" אין מאַנהעטן אין פֿעברואַר, און אין אַ ברוקלינער "קאַוועהויז" אין מאַרץ. מאָנטיק, דעם 23סטן אַפּריל, 7:00 אין אָוונט, וועט ער זינגען זײַן סידאָר בעלאַרסקי רעפּערטואַר בײַם "קאַוועהויז" פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" אינעם נײַעם "אַרבעטער־רינג"־ביוראָ אין מאַנהעטן. אַנטאָני ראָסעל איז געבוירן געוואָרן אין פֿאָרט־וואָרט, טעקסאַס, אָבער איז אויפֿגעוואַקסן אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע. ער האָט אָנגעהויבן צו זינגען צו 17 יאָר, כאָטש ער האָט לכתּחילה געוואָלט ווערן אַ פּיאַניסט. דעם חולם האָט ער אויפֿגעגעבן, ווען בײַ איין קאָנצערט, לויט ווי ער דערציילט, "האָט אַ קליין מיידל, אַ גרויסער טאַלאַנט, געשפּילט שאָפּען בעסער פֿון מיר". האָט ער באַשלאָסן צו שטודירן געזאַנג. אין וואָקאַלער קונסט האָט ער אין גיכן געוווּנען אַ קאָנקורס, און האָט ווײַטער זיך אָפּגעגעבן מיט דעם. אָפּערע האָט ער שטודירט אינעם חשובֿן "מאַרטינאַ אַרויאָס פּרעלוד־צו־פֿאָרשטעלונג", אַ וואַרשטאַט וואָס טרענירט אָפּערע־זינגערס.
גיתּאַי וועט פֿילמירן אַפּעלפֿעלדס "צילי" אויף ייִדיש דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער פֿילם־רעזשיסאָר עמוס גיתּאַי וועט דעם האַרבסט אָנהייבן פֿילמירן אַהרן אַפּעלפֿעלדס דערציילונג "צילי", און האָט באַשלאָסן, אַז די ייִדישע כאַראַקטערן וועלן רעדן אויף ייִדיש. אַוודאי וואָלט דאָס נישט געדאַרפֿט זײַן קיין חידוש, אָבער דער אמת איז, אַז אין האָליוווּד־פֿילמען און אויך אין אייראָפּעיִשע פֿילמען וועגן די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן בעתן חורבן, רעדט מען רק אַנדערע שפּראַכן — פּויליש, דײַטש, ענגליש — אַבי נישט קיין ייִדיש. צוויי גרויסע ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן
אין פֿירט, דײַטשלאַנד, קומט פֿאָר איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אין דער דײַטשער שטאָט פֿירט, פֿונעם 9טן מאַרץ ביזן 18טן מאַרץ. דאָס יאָר, וואָס איז דאָס 13טע פֿונעם פֿעסטיוואַל, וועלן 125 מוזיקער פֿון 15 לענדער זיך באַטייליקן אין 30 קאָנצערטן אינעם "אינטערנאַציאָנאַלן קלעזמער־פֿעסטיוואַל פֿירט". עס וועלן אויך פֿאָרקומען טאַנץ־ און מוזיק־וואַרשטאַטן און פֿילם־פּרעזענטאַציעס. גיט אַ קוק אויף דער וועבזײַט: http://www.klezmer-festival.de
ביכער אויף פֿרעמדע שפּראַכן פֿאַרן ייִדיש־לייענער זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק", האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט זײַן זעקסטן ראָמאַן אויף פֿראַנצויזיש: D‘Un Pays Sans Amour [פֿון אַ לאַנד אָן ליבע], אַ ווערק וואָס האָט אַ בפֿירושן ייִדיש־ליטעראַרישן אינהאַלט. דאָס ווערק קומט פֿאָר אין מיזרח־אייראָפּע אין דער תּקופֿה — אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1930ער יאָרן — און דערציילט וועגן פּיער, אַ בחור וואָס אַנטדעקט ייִדיש און די ייִדישע קולטור. ער שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג אין רוים מיט דער טאָכטער פֿונעם שרײַבער און פֿאָטאָגראַף אַלטער קאַציזנע, שולמית, וועלכע האָט אָנגעזאַמלט די גרעסטע ייִדישע ביבליאָטעק אויף דער וועלט. זי דערציילט אים וועגן דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין וואַרשע פֿאַרן חורבן, וועגן די קאָלעגן־שרײַבער פֿון איר טאַטן, פּרץ מאַרקיש, אורי־צבֿי גרינבערג און מלך ראַוויטש, די רעדאַקטאָרן פֿונעם אַוואַנגאַרדישן זשורנאַל "כאַליאַסטרע". אויב איר האָט נאָך נישט אויספּלאַנירט דעם קומענדיקן זומער, איז נישט צו שפּעט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין איינער פֿון די ווײַטערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען. די פּראָגראַמען זענען נישט נאָר געצילט אויפֿן אָנהייבער־סטודענט, נאָר אויך פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, אָבער ווילן ווײַטער שטודירן אויף אַ העכערער מדרגה. אין די ווײַטהאַלטער־קלאַסן רעדט מען געוויינטלעך בלויז ייִדיש. מע דאַרף זיך נישט איבערשרעקן בײַם ערשטן בליק פֿאַרן טײַערן שׂכר־לימוד — שטעלט אויס אַן אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע, און ס‘איז דאָ אַ גוטע מעגלעכקייט, אַז איר וועט באַקומען אַ געוויסע פֿינאַנציעלע הילף. כּמעט אין אַלע פּראָגראַמען פֿאַרדינט מען קרעדיט פֿאַר קאָלעדזש־קורסן. " "ווײַטער": די ייִדישע סטודענטן־צײַטונג בײַם "פֿאָרווערטס" "ווײַטער" די "חודשלעכע אויסגאַבע פֿאַר די וואָס לערנען זיך ייִדיש" איז באַליבט געוואָרן אין די ייִדיש־קלאַסן און גרופּעס איבער דער וועלט. הײַנט קען מען לייענען דעם זשורנאַל בלויז אויף דער אינטערנעץ. דעם לעצטן נומער פֿון 2011 קען מען איצט לייענען, און במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן, וועט דערשײַנען דער ערשטער נומער פֿון 2012. וואַרשע: קינדער־טעאַטער אונדזער געוועזענער מיטאַרבעטער קאָבי ווײַצנער וווינט הײַנט אין וואַרשע, און איז געוואָרן דער שפּראַך־מבֿין בײַם דאָרטיקן פּויליש־ייִדישן מלוכה־טעאַטער, ווי אויך בײַ אַנדערע פּראָיעקטן. מיט אַ גרופּע קינדער האָט ווײַצנער צוזאַמענגעשטעלט אַ חנוכּה־פּראָגראַם און מע קען זען, ווי זיי זינגען און רעציטירן אויף ייִדיש.
אינעם קאַנאָן פֿון דער פֿאַרגעסענער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַרנעמט אָסיפּ דימאָוו (1878—1959) אַ בכּבֿודיק אָרט. דער עיקר, איז ער געווען באַקאַנט ווי אַ דראַמאַטורג, אָבער ער האָט אויך געשריבן דערציילונגען, עסייען, אַרטיקלען אויף רוסיש און ייִדיש, געאַרבעט אין קינאָ, געצייכנט קאַריקאַטורן, און אויף דער עלטער איז ער אַפֿילו געוואָרן אַ סקולפּטאָר. זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע "וואָס איך געדענק" איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן זײַן יוגנט אין ביאַליסטאָק און זײַן ליטעראַרישער קאַריערע אין פּעטערבורג. און דאָך, איז דימאָווס נאָמען כּמעט ווי אין גאַנצן נעלם געוואָרן פֿונעם ייִדישן קולטורעל־היסטאָרישן האָריזאָנט. זײַן נאָמען ווערט אַפֿילו ניט דערמאָנט אין דער נײַער היסטאָרישער שטודיע וועגן ייִדישן ביאַליסטאָק און זײַנע תּפֿוצות אין אַנדערע לענדער. דערפֿאַר איז עס אַזוי ווערטפֿול און וויכטיק צו באַקומען אָט די נײַע אַקאַדעמישע אויסגאַבע פֿון דימאָווס מעמואַריסטישער ירושה, וואָס איז אַרויס אינעם צענטער פֿאַר סלאַווישע שפּראַכן און ליטעראַטורן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דער רעדאַקטאָר פֿון דער דאָזיקער פּובליקאַציע, פּראָפֿעסאָר וולאַדימיר חזן, האָט דורכגעמאַכט אַ ריזיקע פֿאָרשערישע אַרבעט. דער ערשטער באַנד נעמט אַרײַן דימאָווס זכרונות "וואָס איך געדענק" אין דער רוסישער איבערזעצונג פֿון משה לעמסטער, דעם באַקאַנטן ייִדישן דיכטער פֿון ישׂראל. לכתּחילה זײַנען די דאָזיקע זכרונות פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין המשכים אין "פֿאָרווערטס" אין 1942, און דערנאָך זײַנען זיי אַרויס אין צוויי בענד אין ניו־יאָרק אין 1943—1944. דער צווייטער באַנד איז כּולל דימאָווס קלענערע כּתבֿים, אָנגעשריבן, דער עיקר, פֿאַר פֿאַרשידענע רוסישע פּעריאָדישע פּובליקאַציעס.
ד״ר מנחם קרן-קרץ (קראַץ) ד״ר מנחם קרן איז הײַנט איינער פֿון די וויכטיקסטע פֿאָרשער אין געביט פֿון דער קולטור-געשיכטע בײַ ייִדן פֿון מאַרמאָרעש-סיגעט אין 20סטן יאָרהונדערט. אין יאָר 2009 האָט ער באַקומען זײַן צווייטן דאָקטאָראַט פֿון בר-אילן-אוניווערסיטעט, וועגן דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע, געשאַפֿן פֿון די מאַרמאָרעשער ייִדן זינט די 70ער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט ביז נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה.
עס קאָכט זיך אין גאַנץ אייראָפּע מיט קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־אַקטיוויטעטן. אָבער, ביז לעצטנס, האָט מען אין גאַנצן נישט באַמערקט קיין שום אינסטיטוציעס אָדער אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן געשטרעבט אויפֿצולעבן, אָדער אַפֿילו דערמאָנען, די ייִדישע קולטור אין רומעניע — דאָס באַזונגענע לאַנד פֿון אַהרן לעבעדיעוו, וואָס איז "שיין און פֿײַן", וווּ "מע טרינקט רומעניש ווײַן" און "מע עסט קאַרנאַצעלעך (וווּרשטן), מאַמעליגע, ברינדזע און קאַשקאַוואַל (ווייכע און האַרטע שאָפֿענע קעזן)." ווי ווײַט ס'איז אָפּגעפֿרעמדט געוואָרן די הײַנטיקע רומענישע סבֿיבֿה פֿון אַזאַ אויפֿלעבונג, פֿאַרשטייט מען פֿונעם ווײַטערדיקן עפּיזאָד: ווען די ניו־יאָרקער מוזיקער דבֿורה שטראַוס, דזשעף וואַרשאַוער און בנימין פֿאָקס־ראָזען, האָבן אָנגעהויבן זייער קאָנצערט אין טראַנסילוואַניע אין 2009 מיטן פֿריִער דערמאָנטן באַקאַנטן "סעקאָנד־עוועניו" לעבעדיעוו־ליד "רומעניע, רומעניע", האָט "קיין איינער אינעם עולם נישט געקענט דאָס ליד", דערמאָנט זיך פֿאָקס־ראָזען. אמת, לעבעדיעווס "רומעניע" איז געווען אַ "היט" אין אַמעריקע; צי די ייִדן, וועלכע זענען געבליבן אין רומעניע, האָבן דאָס אַמאָל געהערט איז אַ ספֿק. פֿון דעסטוועגן, שפּיגלט אָפּ די שטומע רעאַקציע אויף דעם ליד בײַ דעם קאָנצערט ווי ווייניק מע ווייסט הײַנט אין רומעניע וועגן דער רײַכער ייִדישער רומענישער קולטור־ירושה, און וועגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער דאָזיקער ירושה איבער דער וועלט. עס שפּיגלט אויך אָפּ דער אומחשק אין לאַנד אויסצופֿאָרשן די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן עבֿר אין רומעניע. |
Search |






























קהילה־לעבן