User login |
אַמאָל, אַמאָל איז געווען אַ פּריץ, האָט ער געהאַט אויף זײַן נחלה דרײַ ייִדן רענדאַרן: איינער האָט געהאַלטן דעם וואַלד, דער צווייטער — די מיל און דער דריטער — די קרעטשמע. טעקסט און מוזיק פֿון אַליס טעגנער (אויף ייִדיש: לינדאַ גאָרדאָן) אין שוועדן איז “די וועווערקע" (Ekorren) זייער אַ באַקאַנט ליד פֿאַר קינדער. אַ פֿרוי פֿון שוועדן, אַליס טעגנער, האָט עס אָנגעשריבן און עס איז אַרויסגעקומען דאָס ערשטע מאָל אין יאָר 1892. שפּעטער האָט מען עס ווידער געדרוקט עטלעכע מאָל און מע האָט עס אָפֿט געזונגען אין די שוועדישע שולן. איך מיין, אַז כּמעט אַלע שוועדן האָבן זיך אויסגעלערנט אָט דאָס ליד אין זייער קינדהייט. איך האָב געפּרוּווט עס איבערזעצן אויף ייִדיש. דערהערט זי: אַ ייִנגל, אַ מיידל — אויף דער סאָסנע־צווײַג טוט זי אַ שפּרונג, אַ מאָל האָט געלעבט אין בעלץ אַ רײַכער באַלעבאָס. האָט ער געהאַט צוועלף זין, עלף קלוגע און איינער — אַ נאַר. דער באַלעבאָס האָט אויך געהאַט אַ שקאַפּע מיט צוועלף פֿערדעלעך — עלף שיינע און איין פֿערדעלע אַ פֿאַרזעעניש. ד״ר חנה־פֿייגל טערטלטויב, אַ פֿרומע ייִדיש־לערערין, האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ בוך, מיט אַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע קינדער־לידער. זי האָט די לידער אַליין אָנגעשריבן מיט יאָרן צוריק פֿאַר אירע אייגענע קינדער, מיט וועלכע זי האָט גערעדט ייִדיש. הײַנט זײַנען די קינדער שוין אין די דרײַסיקער. ייִדיש ס’איז שיין ווען די מאַמע רעדט ייִדיש. אין דער הײַנטיקער חסידישער וועלט קאָן מען זיך אָפֿט אָנטרעפֿן אויף זאַכן, וואָס קערן אונדז אום אין די אַלטע מיטל־עלטערלעכע צײַט, וווּ די פֿרוי, למשל, האָט געמוזט וויסן "איר אָרט" און זיך האַלטן נאָר בײַ "אירע ווײַבערישע מידות"; זיך ניט שטופּן אין די "מענערישע ענינים", ווי עס קומט אַרויס פֿון דעם מעשׂהלע "די צען ווײַבער". אַ מאָל האָבן זיך די ווײַבער פֿונעם שטעטל מאַרקולעשט, וואָס איז ניט ווײַט פֿון בעלץ, צונויפֿגענומען אויף אַן אַסיפֿה. וואָס איז? זיי ווילן אויך האָבן אַ מנין און דאַווענען בציבור, אַזוי ווי די מענער. ס’איז אַמאָל געווען אַ גוטער ייִד, האָט ער ניט געהאַט קיין קינדער. איין מאָל האָט זײַן ווײַב זיך זייער צעוויינט און זיך געקלאָגט פֿאַר אים: — פֿאַר וואָס זאָלן מיר ניט האָבן קיין קינד, וואָלט כאָטש געווען ווער ס’זאָל זאָגן קדיש נאָך אונדז? ענטפֿערט איר דער גוטער ייִד: — ס’איז אויסגערופֿן געוואָרן אין הימל, אַז מיר טאָרן ניט האָבן קיין קינדער! אַמאָל זײַנען געווען צוויי ברידער: איינער אָן אָרעמער און דער אַנדערער אַ רײַכער. האָט דער אָרעמער ברודער געדרייט זיך לעבן דעם רײַכן ברודער און אָפּגעלעקט בײַ אים אַ ביינדל, אַז ס’איז נאָך געבליבן פֿאַר זײַן ווײַב און קינדער. געגאַנגען, וווּ מ’האָט אים געשיקט און געטאָן, וואָס מ’האָט אים געהייסן. איין מאָל איז ער געשטאַנען בײַם טויער און אָפּגעהיט, אַז אַ פֿרעמדער זאָל צו זײַן ברודער ניט אַרײַנגיין. זעט ער, ווי עס קומט צו אַ קליין מענטשעלע מיט אַ גאָלדן קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ און טראָגט אויף דער פּלייצע אַ זעקעלע. שטעלט אים דער אָרעמער ברודער אָפּ און פֿרעגט:
אַמאָל האָבן אונטער איין דאַך געוווינט אַ רופֿא און אַ שוסטער. דער רופֿא האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, און דער שוסטער זײַנע. דער רופֿא האָט געהיילט קראַנקע, און דער שוסטער האָט פֿאַרראָכטן שיך. אין דעם שטעטל האָבן די ייִדן אַ סך געקרענקט, און אַז מע קרענקט, רײַבט מען ווייניקער אויס די שיך, ווײַל מע ליגט אין בעט. פֿלעגט דער שוסטער זיצן אָן אַרבעט. האָט ער געטראַכט בײַ זיך: וואָס וועל איך זיצן, לאָמיך אַרײַנקומען צום רופֿא און קוקן ווי ער היילט די קראַנקע, וועל איך אויך ווערן אַ רופֿא און האָבן פּרנסה. ער האָט געקוקט, געקוקט, אָבער גאָרניט אין דעם ניט פֿאַרשטאַנען. מיט איין וואָרט — אַ שוסטער בלײַבט אַ שוסטער!
קאַדיע מאָלאָדאָווסקי שיכעלעך
אָטאָ, אָטאָ איז אַ באַרג,
אַ מאַמע האָט געהאַט צוויי טעכטער — אַ קלוגע און אַ נאַרישע. די קלוגע האָט זי גערופֿן האַשינקע, און די נאַרישע — באַשינקע. נו, אַ מאַמע, זײַנען בײַ איר די קינדער גלײַך. די קלוגע טאָכטער, האַשינקע, האָט אָבער ניט געקאָנט פֿאַרטראָגן, אַז די מאַמע מאַכט ניט צווישן זיי קיין אונטערשייד. באַשינקע איז דאָך אַ נאַרישע, קומט איר ווייניקער ליבע. איין מאָל, ווען די מאַמע איז ניט געווען אין דער היים, האָט האַשינקע אַרויסגעטריבן באַשינקע פֿון שטוב. איז באַשינקע אַוועקעגאַנגען. דרײַ ברידער אַ מאָל האָט געלעבט אין אַ שטעטל אַ ייִד. האָט ער געהאַט דרײַ זין. האָבן די דרײַ זין ניט געקאָנט רעדן ווי אַלע מענטשן. דער עלטערער ברודער האָט נאָר געקענט זאָגן "איך". דער מיטלסטער ברודער — "פֿאַר אַ בינטל שטרוי", און דער קלענסטער, דעם טאַטנס מיזיניק, איז געווען אַ גאַנצער פּלאַפּלער. פֿון אים האָט מען שטענדיק געהערט: "ווילסט ניט גלייבן, ווער צעזעצט!" אַזוי זײַנען די דרײַ ברידער געוואַקסן און אַז מע וואַקסן, ווערט מען דערוואַקסן. האָט דער טאַטע זיי געגעבן אַ קעלבעלע און געזאָגט: — הײַנט איז אַ יריד אין שטאָט. נעמט דאָס קעלבעלע און פֿאַרקויפֿט עס, און זײַט מענטשן מיט אַלע גלײַך! האָבן זיי גענומען דאָס קעלבעלע און זיך געלאָזט גיין. באַגעגנט זיי איינער אַ פּויער. פֿרעגט ער זיי:
מאַרק (מאיר) ראַזומני (1896־1988) איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטל זשאַגער, אָבער נאָך אין זײַנע קינדער־יאָרן האָבן די עלטערן זיך אַריבערגעצויגן קיין ריגע, וווּ דער קומענדיקער שרײַבער איז אויפֿגעוואַקסן און געלעבט. דעביוטירט מיט אַ נאָוועלע אין 1920, האָט ראַזומני אין משך פֿון זײַן שעפֿעריש לעבן אַרויסגעגעבן פֿיל ביכער דערציילונגען, פֿאַרצייכענונגען, פּיעסן. אַ באַזונדערן שם האָט ער זיך דערוואָרבן מיט זײַנע נאָוועלעטן, וואָס מיינט קליינע דערציילונגען. זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר לעבעדיקע בילדער־מיניאַטורן — טיפֿע מחשבֿות וועגן דערשײַנונגען פֿונעם לעבן, אָנגעשריבן מיט גרויס מײַסטערשאַפֿט. |
Search |






















קהילה־לעבן